Download PDF

א גוטער איד

יונתן שווארץ

Original Track

א גוטער אידיונתן שווארץ6:02

לחן: ר' ירמי' דמן | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע בשורה (תשנ"ט)

א איד שטייט אויף צופרי,
און צו זיך זאגט ער צו,
פון היינט און ווייטער בין איך וואויל און גוט.

איך ווארף אוועק אלע שלעכט,
איך גיי מיך פירן נאר מיט רעכט,
אזוי ווי ס'פאסט פאר א גוטער איד.

די גאנצע וועלט האב איך געזען,
ס'איז מיר שוין גענוג געווען,
פון די וועגן די נארישע.

אוי וויי איז מיר, אוי וויי,
ליידיג יארן איז פארביי,
איך גיי יעצט אנפאנגען א נייע פרשה.

ער טראכט אבער צו אים,
איך האב דאך נאר איין פראבלעם,
וואס וועלן מענטשן זאגן אויף דעם.

איך בין אראפ פון זינען,
איך קען קיין פלאץ געפינען,
וועגן דעם נעם איך זיך דעם בורא דינען.

אזעלכע מחשבות, איז מעשה יצר בלויז,
דער יצר הרע איז זייער זייער גרויס.
שרעק זיך נישט פון קיינעם, ווארף אוועק תענוגים,
ואל יבוש מפני המלעיגים.

אידעלע, טראכט נישט, וואס יענעם וועט געפעלן,
וועסט סייווי נישט די גאנצע וועלט צופרידנשטעלן.
טו צו דער זאך, וואס איז יושר און גלייך,
וועסטו דעמאלטס אניאגן גאר גאר אסאך.

ס'געווען אמאל א דארפסמאן אין די אלטע צייט,
איין שיינע טאג האט ער חתונה געהאט.
איין טאג זאגט ער צו איר, הער זיך גוט צו צו מיר,
לאמיר ארויסגיין אויף א שפאציר.

אומר ועושה, ער האט נישט קיין סאך געקלערט,
וַיַחֲבוֹשׁ אֶת אֲתוֹנוֹ, ער שפאנט איין זיין פערד.
ער שפאצירט זיך אין די גאס, אזוי געשמאק און זיס,
און זי שלעפט זיך נאך אים צופוס.

א קבוצה מענטשן איז אין די גאס געשטאנען,
הערט ער ווי זיי שרייען, הערט ער ווי זיי טענה'ן.
קוקטס אן דעם דארפסמאן, אזא רשעות איז פון אים,
זי שלעפט זיך צופוס און ער זיצט זיך באקוועם.

זיי זאגן זייער ריכטיג, זיי זענען גערעכט,
מיין התנהגות איז זייער זייער שלעכט.
ער גייט אראפ פון פערד און זי גייט ארויף,
יעצט צו די טענות וועט שוין נעמען א סוף.

מיין התנהגות מוז יעדן געפעלן,
איך מוז דאך די גאנצע וועלט צופרידנשטעלן.
זיי שפאצירן זיך ווייטער, מיט אזא תמימות,
יעצט וועט שוין קיין איינער נישט האבן קיין תרעומות.

ס'איז ווידער א קבוצה אין די גאס געשטאנען,
הערט ער ווי זיי שרייען, הערט ער ווי זיי טענה'ן.
קוקטס אן דעם דארפסמאן, ער טוט דאך אזא טעות,
ער לאזט איר זיצן אויבן, ער לאזט איר זיין בעל-בית.

זיי זאגן זייער ריכטיג, זיי זענען גערעכט,
מיין התנהגות איז זייער זייער שלעכט.
ער שיקט איר אראפ פון פערד, צופוס גייען ביידע,
יעצט וועט שוין קיין איינער נישט האבן קיין קפידא.

מיין התנהגות מוז יעדן געפעלן,
איך מוז דאך די גאנצע וועלט צופרידנשטעלן.
זיי שפאצירן זיך ווייטער מיט אזא תמימות,
יעצט וועט שוין קיין איינער נישט האבן קיין תרעומות.

ס'איז ווידער א קבוצה אין די גאס געשטאנען,
הערט ער ווי זיי שרייען, הערט ער ווי זיי טענה'ן.
קוקטס אן די דארפסלייט, זיי טוען אזא גרויסע שטות,
זיי האבן דאך א פערד, פארוואס גייען זיי צופוס.

זיי זאגן זייער ריכטיג, זיי זענען גערעכט,
מיין התנהגות איז זייער זייער שלעכט.
ביידע גייען אויפן פערד ארויף צוזאמען שפאצירן,
יעצט וועט שוין קיין איינער נישט קענען קריטיקירן.

מיין התנהגות מוז יעדן געפעלן,
איך מוז דאך די גאנצע וועלט צופרידנשטעלן.
זיי שפאצירן זיך ווייטער, מיט אזא תמימות,
יעצט וועט שוין קיין איינער נישט האבן קיין תרעומות.

ס'איז ווידער א קבוצה אין די גאס געשטאנען,
הערט ער ווי זיי שרייען, הערט ער ווי זיי טענה'ן.
צער בעלי חיים, דער פערד איז אזוי דאר,
ווען צוויי מענטשן זיצן אויף אים האט ער דאך צער.

זיי זאגן זייער ריכטיג, זיי זענען גערעכט,
מיין התנהגות איז זייער זייער שלעכט.
ביידע גייען אראפ פון פערד,
ס'פאלט זיי איין א נייע שטות,
זיי הייבן אויף דעם פערד אויף זייערע פלייצעס.

מיין התנהגות מוז יעדן געפעלן,
איך מוז דאך די גאנצע וועלט צופרידנשטעלן,
זיי שפאצירן זיך ווייטער, מיט אזא תמימות,
יעצט וועט שוין קיין איינער נישט האבן קיין תרעומות.

א גאנצע חוזק אין די גאס עס ווערט,
יעדער איינער שרייט, דא האט עטס דריי פערד.
ווייל ער האט געטראכט וואס יענער וועט זאגן,
א פנים ווי א פערד טוט ער טראגן.

אידעלע, טראכט נישט, וואס יענעם וועט געפעלן,
וועסט סייווי נישט די גאנצע וועלט צופרידנשטעלן.
טו צו דער זאך, וואס איז יושר און גלייך,
וועסטו דעמאלטס אניאגן גאר גאר אסאך.

אידעלע, טראכט נישט, וואס יענעם וועט געפעלן,
וועסט סייווי נישט די גאנצע וועלט צופרידנשטעלן.
אויף יעדן טריט און שריט,
טו נאר וואס איז וואויל און גוט,
אזוי וועסטו אויסוואקסן א גוטע איד, א גוטע איד.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection