Download PDF

אויב נישט קיין אמונה

אברהם פריד

Original Track

אויב נישט קיין אמונהאברהם פריד

Cover Tracks

S0376 - אויב נישט קיין אמונה (2)2:25

אויב נישט קיין אמונה צוזאמען מיטן געלט,
וואסזשע ארבעטסטו אויף דער וועלט.
אויב נישט קיין בטחון צוזאמען מיטן געלט,
וואסזשע ברויכסטו די גאנצע וועלט.

אויב נישט קיין גמילות חסדים צוזאמען מיטן געלט,
וואסזשע גייסטו אויף דער וועלט.
אויב נישט קיין דביקות צוזאמען מיטן געלט,
וואסזשע דארפסטו די גאנצע וועלט.

אויב נישט קיין התלהבות צוזאמען מיטן געלט,
וואסזשע הארעוועסטו אויף דער וועלט.
אויב נישט קיין ווארעמקייט צוזאמען מיטן געלט,
וואסזשע ווילסטו אויף דער וועלט.

אויב נישט קיין זכותים צוזאמען מיטן געלט,
וואסזשע זוכסטו אויף דער וועלט.
אויב נישט קיין חסידות צוזאמען מיטן געלט,
וואסזשע כאפסטו די גאנצע וועלט.

אויב נישט קיין טהרה צוזאמען מיטן געלט,
וואסזשע טויגסטו אויף דער וועלט.
אויב נישט קיין יראת שמים צוזאמען מיטן געלט,
וואסזשע יאגסטו זיך אויף דער וועלט.

אויב נישט קיין כיבוד אב ואם צוזאמען מיטן געלט,
וואס איז דער כבוד אויף דער וועלט.
אויב נישט קיין לימוד התורה צוזאמען מיטן געלט,
וואסזשע לויפסטו אויף דער וועלט.

אויב נישט קיין מצוות צוזאמען מיטן געלט,
וואסזשע מאטערסטו זיך אויף דער וועלט.
אויב נישט קיין נדבות צוזאמען מיטן געלט,
וואסזשע נארסטו די גאנצע וועלט.

אויב נישט קיין סדר פסח צוזאמען מיטן געלט,
וואסזשע סַאפֶּעסְטוּ אויף דער וועלט.
אויב נישט קיין עניוות צוזאמען מיטן געלט,
וואס וועסטו ענטפערן אויף יענער וועלט.

אויב נישט קיין פדיון שבויים צוזאמען מיטן געלט,
וואסזשע פלאגסטו זיך אויף דער וועלט.
אויב נישט קיין צדקה צוזאמען מיטן געלט,
וואסזשע צערייסטו די גאנצע וועלט.

אויב נישט קיין קדושה צוזאמען מיטן געלט,
וואסזשע קויפסטו אויף דער וועלט.
אויב נישט קיין רחמנות צוזאמען מיטן געלט,
וואסזשע רעש'טו די גאנצע וועלט.

אויב נישט קיין שבת קודש צוזאמען מיטן געלט,
וואסזשע שרייסטו אויף דער וועלט.
אויב נישט קיין תורה, תשובה, תפילה
צוזאמען מיטן געלט,
וואס איז דער תכלית אויף דער וועלט.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection