Download PDF

אחד המרבה

לוי פאלקאוויטש

Original Track

אחד המרבהלוי פאלקאוויטש6:27

לחן: וואלווי ליכטנשטיין | מילים: וואלווי ליכטנשטיין, אברהם מרדכי שווארץ | טוב לי (תשע"ז)

אז א איד טוט באמת כראוי,
ער נוצט אויס יעדע מינוט.
רַחֲמָנָא לִיבָּא בָּעִי,
פאר'ן באשעפער איז אלעס גוט.

איינער איז שטארק, איינער איז שוואך,
איינער קען מער און איינער ווייניג.
מ’פארלאנגט נישט פון יעדן גלייך,
די עיקר איז דאס הארץ אינעווייניג.

אֶחָד הַמַרְבֶּה וְאֶחָד הַמַמְעִיט,
וּבִלְבַד יְכַוֵן לִבּוֹ לַשָׁמַיִם.
אויב מיט אן אמת איז דאס וואס דו טוסט,
יא מיין קינד, צו דיר איך גלוסט.

אֶחָד הַמַרְבֶּה וְאֶחָד הַמַמְעִיט,
וּבִלְבַד יְכַוֵן לִבּוֹ לַשָׁמַיִם.
מיין קינד, פון דיר איך האב הנאה,
ווייל רַחֲמָנָא לִיבָּא בָּעִי.

כל נדרי נאכט, א יתומל אין שול,
אינגאנצן צעבראכן, עס טוט אים וויי.
ער קען נישט קיין ווארט, ער וויל געבן געפיל,
א פייף מיטן מויל, געט ער א געשריי.

אין בית מדרש עס ווערט א רעש א טומל,
דער בעל שם מאכט שטיל און רופט אויס.
ס’האט מבטל געווען א גזירה אין הימל,
אזוי ריין געקומען פון הארץ ארויס.

אֶחָד הַמַרְבֶּה וְאֶחָד הַמַמְעִיט,
וּבִלְבַד יְכַוֵּן לִבּוֹ לַשָׁמַיִם.
אויב מיט אן אמת איז דאס וואס דו טוסט,
יא מיין קינד, צו דיר איך גלוסט.

אֶחָד הַמַרְבֶּה וְאֶחָד הַמַמְעִיט,
וּבִלְבַד יְכַוֵּן לִבּוֹ לַשָׁמַיִם.
מיין קינד, פון דיר איך האב הנאה,
ווייל רַחֲמָנָא לִיבָּא בָּעִי.

איינער צופרי אין די האנט א גמרא,
צו לערנען אפאר שעה בִּרְצוּפִין.
אין א שווערע סוגיא פארטיפט מיט א סברא,
דער באשעפער גלוסט בִּכְּסוּפִין.

איינער צופרי אין ארבעט יאגט זיך,
צו ברענגען פרנסה פאר זיין שטוב.
מיטהאלטן דעם שיעור ביינאכט ער פלאגט זיך,
דער באשעפער האט דיך אזוי ליב.

אֶחָד הַמַרְבֶּה וְאֶחָד הַמַמְעִיט,
וּבִלְבַד יְכַוֵן לִבּוֹ לַשָׁמַיִם.
אויב מיט אן אמת איז דאס וואס דו טוסט,
יא מיין קינד, צו דיר איך גלוסט.

אֶחָד הַמַרְבֶּה וְאֶחָד הַמַמְעִיט,
וּבִלְבַד יְכַוֵן לִבּוֹ לַשָׁמַיִם.
מיין קינד, פון דיר איך האב הנאה,
ווייל רַחֲמָנָא לִיבָּא בָּעִי.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection