Download PDF

איך

יום טוב עהרליך

Original Track

איךיום טוב עהרליך6:52

לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 2 - אברהם פריד (תשנ"ד)

ר' אהרן הגדול האט זיך אויפגעכאפט,
פון ליכטיגן דביקות ארויס.
עמיצער האט פלוצלינג שטיל אנגעקלאפט,
אין פענסטער ביי אים אין זיין הויז.

ער הויבט אויף זיין קאפ פון דעם ספר און רעדט,
שטילערהייט, פונקט ווי צו זיך.
ווער קלאפט עס אין פענסטער ביינאכט אזוי שפעט?
ענטפערט אים עמיצער, 'איך'.

ר' אהרן לאזט ווידער ארונטער זיין קאפ,
ווארפט אויפן ספר די אויגן אראפ.
און שווימט זיך אוועק
אין דעם ליכטיגן הייליגן ווייטן אין-סוף,
א לעבן וואס עס איז נישט וואך
און עס איז נישט אין שלאף.

ווידער האט עמיצער שטיל אנגעקלאפט,
אין פענסטער ביי אים אין זיין הויז.
ווידער האט ער זיך געשווינד אויפגעכאפט,
פון ליכטיגן דביקות ארויס.

ווידער ער הויבט אויף זיין קאפ און ער רעדט,
שטילערהייט פונקט ווי צו זיך.
ווער קלאפט עס אין פענסטער ביינאכט אזוי שפעט,
ענטפערט אים עמיצער, 'איך'.

ר’ אהרן לאזט ווידער ארונטער זיין קאפ,
די הייליגע אויגן לאזט ער ווידער אראפ,
און שווימט זיך אוועק
אין דעם ליכטיגן הייליגן ווייטן אין-סוף,
א לעבן וואס עס איז נישט וואך
און עס איז נישט אין שלאף.

ליגט אינדרויסן א פינסטערע נאכט,
פון איין פענסטער זעט זיך א שיין.
עמיצער שטייט ביי דעם פענסטער און ווארט,
ר’ אהרן לאזט אים נישט אריין.

ער קלאפט און ער קלאפט און ר’ אהרן פרעגט, ווער,
און מען ענטפערט שטענדיג אים, 'איך'.
ר’ אהרן גיט זיך נישט אפילו קיין קער,
און ווערט גלייך פארנומען מיט זיך.

שווער איז פארשטיין וואס דער צדיק ער טראכט,
וואס ארבעט אויף חסד בייטאג און ביינאכט.
און האט שוין פיל צענדליגער טויזנטער
גרויסע בעלי תשובה געמאכט,
זאל לאזן א איד שטיין אליין
אין דער פינסטערער נאכט.

פלוצלינג עס גיט זיך ר’ אהרן א וועק,
צום פענסטער גייט ער צו גיך.
ווער קלאפט עס דארטן, גיט ער א פרעג,
ענטפערט אים עמיצער, 'איך'.

ווער איז דער 'איך', פרעגט ר’ אהרן ביי אים,
זאגט אים אויס יענער זיין שם.
מיר זענען ביים מגיד געזעסן נישט לאנג,
חברים געווען אויף איין באנק.

איך פאר שוין אהיים פון דעם מגיד צוריק,
און וויל נאר אריינגיין צו דיר אויף א בליק.
איך וויל אז דו זאלסט מיר היינט בענטשן
און ווינטשן הצלחה און גליק,
איידער איך קער זיך באלד אום אין מיין שטעטל צוריק.

זאגט אים ר’ אהרן אזוי שטילערהייט,
עס איז מיר באמת א פרייד.
דו פארסט שוין אהיים, הער איך פון דיינע רייד,
איך מיין אבער, דו ביסט נישט גרייט.

איך פרעג דיר ווער קלאפט,
און דו ענטפערסט מיר 'איך',
זאג צי דו ביסט געווען גערעכט.
ווי קען עס א מענטש אזוי זאגן אויף זיך,
צי האסט עס ביים מגיד געהערט.

מיר האבן געלערנט קיין 'איך' איז נישטא,
נאר איין 'אנכי' אין הימל איז דא.
און דער וואס האלט זיך אז ער איז א 'איך'
און איז ווערד עפעס פארט,
קאן דער באשעפער נישט וואוינען מיט אים אויף איין ארט.

א קרעכץ האט זיך אונטערן פענסטער דערהערט,
יע, זאגט דער איד דארטן, אהרן, ביסט גערעכט.
איך האב ביי דעם מגיד נאך גארנישט
געלערנט און נאך גארנישט געהערט,
און ער האט זיך תיכף צום מגיד צוריק אומגעקערט.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection