א פשוט'ער איד
ליפא שמעלצער
Original Track
Cover Tracks
איך גיי אויף דעם דרך,
זייט איך בין געבוירן.
די זעלבע וועג בערך,
אבער צעמישט און פארלוירן.
אין וועלט אריין גיי איך,
פון די נייע דורות.
ס’איז היינט אן אנדערע ריח,
דאך די זעלבע תורה.
כ’וועל נישט זיין געפאלן,
כ’וועל בלייבן א העלד.
פון באשעפער'ס גענעראלן,
כאטש ס’איז א שווערע וועלט.
א צדיק בין איך נאך נישט,
אבער איך ווער נישט מיד.
אויפגעגעבן האב איך דאך נישט,
איך בין א פשוטער איד.
און אפילו א תפילה איך פארשטיי נישט,
צעבראכן ווערן פון דעם איך גיי נישט,
ווייל איך רעד צו טאטי אויף מיין פשוט'ע שפראך.
פונקט ווי א בעבי וואס האט נישט קיין ציין,
און קען נישט רעדן נאר מיט געוויין,
וואס דאס קינד וויל, פארשטייט דאך מאמי גלייך.
ווען איינער טוט השתדלות,
ווער קען שאצן די ווערד.
וואס איז באמת א גדלות,
אפשר אויבן קוקט מען פארקערט.
א צדיק איז מען נאך נישט,
טאר מען נישט ווערן מיד.
אויפגעבן טאר מען דאך נישט,
איר זענט א פשוטער איד.
כ’וויל אויפהערן פרעגן,
און וועלן אלעס פארשטיין.
אויף פשוט'ע וועגן,
וויל איך ענדערש גיין.
כ’וועל מיך נישט אפשוואכן,
כ’קען גיין קליינע טרעפ.
און אויפטון גרויסע זאכן,
סטעפ ביי סטעפ.
כ’בין אפשר נישט דער גרעסטע,
דאך בין איך א העלד.
איך פרוביר מיין בעסטע,
כאטש נישט יעדן אלעס געפעלט.
כ’פיר שווערע מלחמות,
אוי, מיט שונאים געפערליכע.
אז די יונגע נשמות,
זאלן וואקסן ערליכע.
ס’איז גארנישט ווערד דער שיפס-קאפיטאן,
אן די מאנשאפט אויסצופירן דעם פלאן,
ווייל יעדער האט א חלק אין דעם קריג.
אפילו אויב מ’איז נאר דער קעכער פון די ארמיי,
דאך בין איך זיכער אז ס’איז כדאי,
יעדער נעמט אנטייל אין דעם גרויסן זיג.
מען טאר נישט זיין געפאלן,
מ’דארף בלייבן א העלד.
פון באשעפער'ס גענעראלן,
כאטש ס’איז א שווערע וועלט.
א צדיק בין איך נאך נישט,
דאך ווער איך נישט מיד.
אויפגעבן טאר איך דאך נישט,
כ’בין א פשוטער איד.
זייט איך גיי אויף דעם דרך,
האט זיך געעפנט נייע טויערן.
ס’איז מער נישט בערך,
ס’איז מער נישט צעמישט און פארלוירן.
יא, איר טוט השתדלות,
יא, ס’איז זיכער ווערד.
ס’איז א גרויסע גדלות,
און אויבן ווערט עס דערהערט.
אויב א צדיק זענט איר נאך נישט,
טאר מען נישט ווערן מיד.
אויפגעבן טאר מען דאך נישט,
מ’איז כאטש א פשוט'ע איד.
רבי ר’ זושא פלעגט אלץ זאגן פרייליך,
מ’וועט מיר נישט שמייסן פאר’ן נישט זיין ווי מיילעך.
דאס בעסטע וואס איך קען זיין,
דאס וויל מען פון מיר.
איך בין ליפא, איך בין נישט די גרעסטע,
אבער איך וויל פרובירן מיין בעסטע,
איך בעט דיך, טאטי, העלף מיר ווען איך פרוביר.
איך וועל נישט זיין געפאלן,
כ’וועל בלייבן א העלד.
פון דיינע גענעראלן,
כאטש ס’איז א שווערע וועלט.
א צדיק בין איך נאך נישט,
זע איך זאל נישט ווערן מיד.
אויפגעבן טאר מען דאך נישט,
איך בין א פשוטער איד.
