בלעטעלע ליד
משה גאלדמאן
Original Track
דאס איז וואר אין יעדן דור,
עס לוינט זיך אנצוהאלטן צום מקור.
עֵץ חַיִים הִיא לַמַחֲזִיקִים בָּה,
וְתוֹמְכֶיהָ מְאוּשָׁר.
דאס איז וואר אין יעדן דור,
מ'טאר זיך נישט אפרייסן פון מקור.
עֵץ חַיִים הִיא לַמַחֲזִיקִים בָּה,
וְתוֹמְכֶיהָ מְאוּשָׁר.
קום, מיין קינד, איך וועל דיר צייגן,
א בלעטל'ס געשיכטע קום זען.
צו א בוים מיט פעסטע צווייגן,
איז ער באהאפטן געווען.
די זון האט געגלעט מיט אירע שטראלן,
די צווייג האט באשיצט און ערנערט.
כאטש אנדערע בלעטעלעך פאלן,
האט אים קיין ווינט נישט געשטערט.
די בלעטעלע קוקט זיך ארום,
און זעט זיינע פריינט אומעטום.
זיי זענען פון בוים שוין באפרייט,
דערגרייכן מיט ווינטן אזוי ווייט.
זיי פליען אהין און אהער,
א רייזע וואס האט נישט קיין שטער.
פון פרייהייט זיי שפירן דעם טעם,
און נאר ער באהאפטן צום שטאם.
קוקטס נאר ווי ביטער איז מיר,
איך קען זיך נישט געבן קיין ריר.
איך בין צוגעבונדן, מ'האלט מיר צוריק,
איך גלוסט צו א לעבן פון גליק.
צו טאנצן מיט זיי אלע גלייך,
פארזוכן די לופט פון די הייך.
צו זען איבעראל און צו שפירן זיך פריי,
רייס מיר אראפ, הלואי.
דאס איז וואר אין יעדן דור,
עס לוינט זיך אנצוהאלטן צום מקור.
עֵץ חַיִים הִיא לַמַחֲזִיקִים בָּה,
וְתוֹמְכֶיהָ מְאוּשָׁר.
דאס איז וואר אין יעדן דור,
מ'טאר זיך נישט אפרייסן פון מקור.
עֵץ חַיִים הִיא לַמַחֲזִיקִים בָּה,
וְתוֹמְכֶיהָ מְאוּשָׁר.
פלוצלינג א ווינט, אזוי מעכטיג,
בלאזט אים פון צווייגל אוועק.
די בלעטעלע, ס'ווערט פאר אים לעכטיג,
עס קומט צו זיין ווייטאג אן עק.
ענדליך באפרייט פון די קייטן,
מ'האט זיין בקשה געהערט.
עס פאנגען זיך אן גוטע צייטן,
האט ער מיט שמחה געקלערט.
ס'איז דורך אביסעלע צייט,
קיין שפייז פון דעם בוים נישט געהאט.
טריקן און מאגער ער ווערט,
און פאלט אראפ מאכטלאז אויף דער ערד.
ער טרעפט דארטן אלע די פריינט,
וואס ליגן צעטראטן מיט שאנד.
אוי וויי, א טייערן פרייז,
באצאלט פאר דעם ביטערן גרייז.
ביימעלע, שרייט ער מיט פיין,
פארוואס האסטו מיר געלאזט גיין.
דו ביסט דאך מיין חיות, מיין לעבן געווען,
ווי האב איך דאס נישט געזען.
דו האסט מיר פון אלעם באשיצט,
געהאלטן אין קעלט און אין היץ.
אוי ווי איך בענק מיר צוריק די צייט,
פארוואס האב איך זיך אפגעשיידט.
דאס איז וואר אין יעדן דור,
עס לוינט זיך אנצוהאלטן צום מקור.
עֵץ חַיִים הִיא לַמַחֲזִיקִים בָּה,
וְתוֹמְכֶיהָ מְאוּשָׁר.
דאס איז וואר אין יעדן דור,
מ'טאר זיך נישט אפרייסן פון מקור.
עֵץ חַיִים הִיא לַמַחֲזִיקִים בָּה,
וְתוֹמְכֶיהָ מְאוּשָׁר.
א אידעלע קען אמאל טראכטן,
די תורה זי האלט אים צוריק.
ער קוקט ארום, עס טוט אים דאכטן,
אינדרויסן געפינט זיך דאס גליק.
עס זעט אויס א פרייליכע לעבן,
צו קענען טון אלץ וואס מ'וויל.
איעדע באגער זיך נאכגעבן,
ער פילט זיך געבינדן צופיל.
עס וואלט אים פיל גרינגער געווען,
צו מעגן אלץ הערן און זען.
קיין איסור, קיין גרעניץ, קיין שטער,
אן ערליכע לעבן איז אים שווער.
אוי אידעלע, זעסטו נישט איין,
די תורה איז לעבן אליין.
זי פירט דיר און ווייזט דיר דעם וועג,
צו גליקליכע יארן און טעג.
אלץ וואס דו פילסט איז דיר שווער,
שפייזט דיין נשמה וואס מער.
גיי אין אירע וועגן און האלט זיך געטריי,
וועסטו באמת זיין פריי.
פריי פון די רוישיגע וועלט,
היט זי דיר אין איר געצעלט.
פריי פון די ווינטן וואס ווארפן אראפ,
אלע וואס רייסן זיך אפ.
דאס איז וואר אין יעדן דור,
עס לוינט זיך אנצוהאלטן צום מקור.
עֵץ חַיִים הִיא לַמַחֲזִיקִים בָּה,
וְתוֹמְכֶיהָ מְאוּשָׁר.
דאס איז וואר אין יעדן דור,
מ'טאר זיך נישט אפרייסן פון מקור.
עֵץ חַיִים הִיא לַמַחֲזִיקִים בָּה,
וְתוֹמְכֶיהָ מְאוּשָׁר.
