Download PDF

געוואלד'זשע ברידער

Original Track

געוואלד'זשע ברידער4:45

Cover Tracks

S0390 - געוואלד'זשע ברידער (2)4:45

געוואלד'זשע ברידער, וואס שלאפט איר,
איינס, צוויי, דריי, פיר.
געוואלד'זשע ברידער, וואס שלאפט איר,
איינס, צוויי, דריי, פיר.

ס’איז שוין צייט צו זאגן תהלים,
איינס, צוויי, דריי, פיר.
ס’איז שוין צייט צו זאגן תהלים,
איינס, צוויי, דריי, פיר.

נישט קיין תהלים, נאר געשלאפן,
צו וואס טויגסטו אויף דער וועלט,
מיט וואס וועסטו קומען אויף יענער וועלט.

געוואלד'זשע ברידער, וואס שלאפט איר,
איינס, צוויי, דריי, פיר.
געוואלד'זשע ברידער, וואס שלאפט איר,
איינס, צוויי, דריי, פיר.

ס’איז שוין צייט צו גיין דאווענען,
איינס, צוויי, דריי, פיר.
ס’איז שוין צייט צו גיין דאווענען,
איינס, צוויי, דריי, פיר.

נישט קיין תהלים, נישט קיין דאווענען,
נישט קיין דאווענען, נאר געשלאפן,
צו וואס טויגסטו אויף דער וועלט,
מיט וואס וועסטו קומען אויף יענער וועלט.

געוואלד'זשע ברידער, וואס שלאפט איר,
איינס, צוויי, דריי, פיר.
געוואלד'זשע ברידער, וואס שלאפט איר,
איינס, צוויי, דריי, פיר.

ס’איז שוין צייט צו גיין לערנען,
איינס, צוויי, דריי, פיר.
ס’איז שוין צייט צו גיין לערנען,
איינס, צוויי, דריי, פיר.

נישט קיין תהלים, נישט קיין דאווענען,
נישט קיין דאווענען, נישט קיין לערנען,
נישט קיין לערנען, נאר געשלאפן,
צו וואס טויגסטו אויף דער וועלט,
מיט וואס וועסטו קומען אויף יענער וועלט.

געוואלד'זשע ברידער, וואס שלאפט איר,
איינס, צוויי, דריי, פיר.
געוואלד'זשע ברידער, וואס שלאפט איר,
איינס, צוויי, דריי, פיר.

ס’איז שוין צייט צו זיין אידן,
איינס, צוויי, דריי, פיר.
ס’איז שוין צייט צו זיין אידן,
איינס, צוויי, דריי, פיר.

הער זיך איין, אידעלע,
אוי, הער זיך איין,
מיין זיס אידעלע, מיין טייער אידעלע,
נאר הער זיך איין מיט אסאך הארץ,
מיט אסאך נשמה.

אויב נישט קיין תהלים,
אויב נישט קיין לערנען, אויב נישט קיין דאווענען,
ביסטו נישט קיין איד,
און אויב דו ביסט נישט קיין איד, ביסט נאר געשלאפן,
צו וואס טויגסטו אויף דער וועלט,
מיט וואס וועסטו קומען אויף יענער וועלט.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection