די טלית
יונתן שווארץ
Original Track
לחן: ר' ישראל לאם | מילים: ר' יונתן שווארץ | אין א גוטע שעה (תשנ"ו)
דער דובנער מגיד, פון די גרויסע מגידים,
האט אמאל געזאגט דברי מוסר, די תלמידים.
על דרך משל, האט ער אנגעפאנגען,
איך בין אמאל, אין די גאס געגאנגען.
אזויווי איך האלט אינמיטן גיין,
דערהער איך א קול פון א געוויין.
פון מינוט צו מינוט ווערט שטערקער דאס געשריי,
איינער שרייט, אוי וויי! אוי וויי!
דער מגיד זאגט, איך האב ביי מיר מחליט געווען,
צו זען וואס מיט יענעם איז געשען.
איך וויל אים העלפן, יהיה מה שיהיה,
איך וויל פארשטיין די פשט פון זיין בְּכִיָה.
איך בין נאכגעגאנגען דאס קול, אזוי טיף אין מארק,
דאס קול ווערט מער און מער שטארק.
איך בין אנגעקומען צו א הערליכע שיינע הויז,
וואס פון דארט קומט דאס געוויין ארויס.
איך קלאפ אן אויפן טיר, און איך שטיי אזוי פארטראכט,
איך קלאפ, און עס ווערט נישט אויפגעמאכט.
בלית ברירה בין איך אליין אריינגעגאנגען,
דעם בַּעַל בֶּכִי צו זוכן האב איך אנגעפאנגען.
איך דריי זיך אין הויז, ארום און ארום,
איך זוך און זוך אומעטום.
איך דריי זיך מזרח, מערב, צפון און דרום,
איך האב שוין געזוכט בחדרי חדרים.
אין אלע ווינקלען, לְכַאן וּלְכַאן אֲנִי פּוֹנֶה,
אֵין קוֹל וְאֵין עוֹנֶה.
דאס קול פון געוויין קומט דאך פון דא,
און קיין נפש חיה איז נישט דא.
דער מגיד זאגט, איך בין נישט געווארן אפגעשוואכט,
בְּמִקְרֶה האב איך א לעדל אויפגעמאכט.
עס ליגט דארט א טלית צאמגעלייגט אזוי שיין,
און דאס טלית וויינט מיט א ביטערע געוויין.
טלית'ל, אוי טלית'ל! וואס וויינסטו אזוי ביטער,
עס כאפט דאך א פחד און א ציטער.
דער טלית זאגט, איך וועל דיר געבן צו פארשטיין,
וואס איז פשט פון מיין געוויין.
דער טלית זאגט,
מיטן בעל הבית וואוין איך דא אזויפיל יארן,
נישט לאנג צוריק איז ער אוועקגעפארן.
ער האט מיטגענומען געלט, קליידער און עסן,
אבער פון מיר האט ער אינגאנצן פארגעסן.
אומזיסט איז דיין געוויין, אומזיסט איז דיין קלאג,
דער מגיד זאגט, הער אויס מיין דיבור.
ער וועט באצאלן בְּכֶּפֶל, ווען ס'וועט קומען דער טאג,
און פון די געלט און קליידער בלייבט גארנישט איבער.
טלית'ל, טלית'ל, ס'זאל דיר נישט קלעמען,
דו דארפסט דיך בכלל נישט דערשרעקן.
ס'וועט קומען א טאג וואס נאר דיך וועט ער מיטנעמען,
נאר מיט דיר וועט ער זיך צודעקן.
מענטשעלע, מענטשעלע, קוק זיך גוט אום,
מען נעמט זיך גארנישט מיט דארט אויבן.
אֵין מְלַוִין לוֹ לָאָדָם כְּלוּם,
אֶלָא מִצְווֹת וּמַעֲשִׂים טוֹבִים.
דאס גאלד און זילבער
וואס א מענטש טראגט מיט זיך אין קעשענע,
גייט נישט מיט לאחר מאה ועשרים שנה.
איז דערפאר, אַל תֹּאמַר לִכְּשֶׁאֶפְנֶה אֶשְׁנֶה,
שֶׁמָא לֹא תִּפָּנֶה.
