די יונגע יארן
יוסף משה כהנא
Original Track
וואו נעמט מען די יונגע יארן,
אזוי שנעל אוועקגעפארן.
וואס מען האט זיך דעמאלטס איינגעזאפט,
דאס האט מען אריינגעכאפט.
געווען אמאל א מלך א גרויסער,
געהאט אוצרות דַי וְהוֹתֵר.
האט ער ביי זיך אמאל געטראכט,
א פלאן פארן פאלק געמאכט.
א צייט געטון באשטימען,
וואס יעדער איינער קען דעמאלטס קומען,
אוצרות זיך אויסוועלן,
ס'איז דא גענוג, ס'וועט קיינעם נישט פעלן.
דער פשוט'ער פראסטער פויער,
שטייט גרייט דער ערשטער ביים טיר.
ווי נאר מען עפנט די טויער,
ער לויפט שנעל, ער ווערט א גביר.
און ווי ער איז אריינגעגאנגען,
עס שפילן פידלען און חֲצוֹצְרוֹת.
ער הערט די געשמאקע געזאנגען,
פארגעסט שוין פון אלע אוצרות.
אבער דער חכם וואס איז קלוג,
פארשטייט אז מוזיק איז דא גענוג.
אנגעפאקט אוצרות פילע זעק,
איידער די צייט גייט אוועק.
בריליאנטן מיט זילבער און גאלד,
אלעס וואס ער האט נאר געוואלט.
קיין איין מינוט צייט נישט פארברענגט,
ווייל די צייט איז זייער געענגט.
פלוצלינג ס'קלינגט שוין די גלעקלעך,
מען טרייבט דעם עולם צוריק.
דער חכם גייט מיט זיינע פעקלעך,
דער פויער שטייט נאך ביי די מוזיק.
און ווי ער דערהערט די גלעקלעך,
ער זעט דעם חכם מיט אוצרות א גליק.
ער כאפט אז זיין מצב איז שרעקליך,
יעצט וויל ער שוין גיין אויף צוריק.
אבער די טויערן פון היכל,
ווערן שוין דעמאלטס פארשפארט.
אז מ'האט נישט געהאט קיין שכל,
פון די זיסע מוזיק געווארן אפגענארט.
וואס ער האט פארלוירן, דאס זעט ער,
גרויס צער ער פילט.
ער האט נישט געטראכט אויף שפעטער,
די זיסע מוזיק האט אים פארשפילט.
וואו נעמט מען די יונגע יארן,
אזוי שנעל אוועקגעפארן.
אַשְׁרֵי יַלְדוּתֵינוּ,
שֶׁלֹא בַּיְישָׁה אֶת זִקְנוּתֵינוּ.
