דער גרויסער באשעפער
יום טוב עהרליך
Original Track
Cover Tracks
לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך (תשל"ח) | א עהרליכע ליד - לוי פאלקאוויטש (תשפ"ד)
דער גרויסער באשעפער, ער האט דאך באשאפן,
די גאנצע וועלט, מיט אלעס וואס אויף איר.
פאר אלע זיי צוגעשיקט, אלץ וואס זיי דארפן,
באדערפענישן גאר אן א שיעור.
די ערד, מינעראלן, די טייכן, די קוואלן,
די טאלן, די בערג באדעקט מיט שניי.
די בהמות, די פעלדער, די חיות, די וועלדער,
די מענטשן וואס פירן אן מיט זיי.
דער גרויסער באשעפער, ער האט דאך באשאפן,
דעם הימל, מיט אלעם וואס אויף אים.
ער גיט יעדן כח, פיל יעדער טוט דארפן,
צו טאן אין עבודת השם.
די חיות, די שרפים, די גרויסע מלאכים,
וואס ווערן פון יראה אזש פארברענט.
שירות און זמירות, די הייליגע ספירות,
אלעס ליגט ביים באשעפער אין די הענט.
דו גרויסער גאט,
ביסט געווען און וועסט אייביג זיין,
איך בין דיינער און דו ביסט מיין.
דו ביסט שטארק, דו ביסט גרויס,
דו ביסט הייליג דורכאויס,
דו ביסט גוט, דו ביסט פיין.
דו, אונזער גרויסער גאט,
קיינער פאר דיר איז נישט געווען,
קיינעם נאך דיר וועט מען נישט זען.
ווייל נאר דו, נאר אליין,
פירסט די וועלט אזוי שיין,
אלע גלייך, גרויס און קליין.
דו, אונזער ליבער גרויסער גאט,
מען קען נישט זען, מען קען נישט פילן,
נאר מיט איידעלע געפילן,
קען מען עפעס וואס פארשטיין.
דו ביסט א גייסט, נישט קיין גוף,
און מ'קען עס נישט ערקלערן קלאר,
מ'קען נישט זען, מ'קען נישט הערן גאר.
און כאטש מיר ווייסן דאס,
אז אומעטום ביסטו דאך דא,
ביסטו אבער פונקט ווי גארנישט דא.
דער גרויסער גאט,
אנטקעגן אים האט קיין זאך קיין ווערד,
נישט דא קיין פייער און נישט דא קיין שווערד.
און דערפאר איז נישט שווער,
צו פארשטיין דעם דערהער,
דאס וואס אייביג איז ער.
דו, אונזער גרויסער גאט,
אייביג וועסטו זיין און ביסט געווען,
מען קען נישט ציילן, נישט דא פון ווען.
ס'איז נישט נאנט, נישט ווייט,
און עס האט נישט קיין צייט,
ווייל דאס איז אייביגקייט.
דו, אונזער ליבער גרויסער גאט,
דו האסט געשאפן אלע זאכן,
און וואס זיי טוען און וואס זיי מאכן,
אלעס טוסטו דאך אליין.
די אלע זאכן קומט פון דיר,
מיין יעדע תנועה און מיין יעדע ריר.
אלעס וואס איך טראכט און וואס איך שפיר,
די געפילן וואס אין הארצן עס ליגט ביי מיר,
אלעס, עס נעמט זיך נאר פון דיר.
דו, גרויסער גאט,
דו האסט געגעבן די בחירה מיר,
און אויך אויף דעם דארף מען אן א שיעור,
בעטן שכל און מוט,
יעדע זאך וואס מען טוט,
זאל זיין ריכטיג און גוט.
איין זאך באלאנגט צו מיר,
דאס איז מיין רצון, מיין וועלן זיין,
גוט און ערליך און פרום און פיין.
און אפילו אויף דעם,
דארף מען בעטן ביי השם,
ווייל דאס איז אויך פון אים.
דו, גרויסער גאט.
