Download PDF

זעקעלע

דובי מייזעלס

Original Track

זעקעלעדובי מייזעלס7:18

פון די ארמייען, זיך ארויסדרייען,
אין אמעריקע האט קיינער געקאנט.
טרעפט זיך אונזער שמואל אויפן פראנט.
מיט א שווערן אטעם, זיין טאטן בעט-אים,
נאך איין זאך לייג אין זאק אריין,
א שמירה אויפן וועג, מיין קינד פאק אריין.

דיינע הייליגע תפילין, בעט ער פון שמואל'ן,
ווי קענסטו גיין אן אים.
ענטפערט ער טאטע,
נישטא קיין פלאץ פאר דעם.
אבער די הייליגע תפילין, וויינט ער צו שמואל'ן,
אויב נעמסטו דאס מיט דיין זעקעלע,
ווען דו וועסט לייגן די תפילין,
באקומסטו פון מיר א פעקעלע.

אריבער די צייט,
דארטן ווייט שמואל זיין טאטן רופט,
איך לייג דאך די תפילין,
טאטע כ'האב דיך אויסגעפרואווט.

וואו איז דיין צוזאג דיין פעקעלע,
איך בעט דיך ערנסט נעם-עס,
מיין קינד וואס זאל איך טאן
איך שפיר דו זאגסט מיך נישט דעם אמת.

אוי טאטע וואס הייסט,
צו דען דו ווייסט,
זען ביז אהער קענסטו,
דיין צוגעזאגטע פעקעלע שיקן ווען-העסטו.

פארוואס גלייבסטו מיר נישט,
איך פאפ דיר נישט,
כ'האב געלייגט א יעדן טאג
געבט דער טאטע מיט הארץ צו אים א זאג.

אוי מיין טייער קינד, טאטע'לע זיסער, טאטע'לע,
ווען דו וואלסט געפענט דיין תפילין בייטעלע,
וואלסטו געווען אין מיינע ווערטער איבערגעצייגט,
וואלסטו געטראפן דאס פעקעלע געלט,
וואס איך האב דארט אריינגעלייגט.

א נשמה'לע, צו א מלחמה'לע
פון כסא הכבוד קומט ער,
צו זיין א סאלדאט אין באשעפער'ס מיליטער,
אויף דער וועלט ער דרייט זיך, און ער גרייט זיך,
די רוקזאק זאל זיין וואס פולער,
ווייל טון דעם רצון פון זיין טאטן וויל ער.

נשמה'לע ביסט נצח, צו דיר עס בעט זיך,
דער הייליגער בורא,
נעם מיט מיין הייליגע תורה,
זי וועט היטן, דיינע טריטן, און דיר ברענגען גליקן,
שיינע פעקעלעך וועל איך דיר נאכשיקן.

אויף דער וועלט ער קומט, זיינע וועגן פארקרומט,
זוכט און זוכט פארגעניגן,
שפירט נישט קיין סיפוק,
ער קען זיך נישט בארואיגן.

אלע תאוות פראבירט ער,
א פארלוירנקייט שפירט ער,
סאיז גארנישט אזוי טאנצעדיג און זינגעריג,
די נשמה'לע שרייט איך בין נאך הונגעריג.

ביי זיך אין געפענגעניש, מיט צער אין ענגעניש,
פון טיפן הארץ שרייט ער שרעקליך,
טאטע, וואו זענען דיינע פעקעלעך,
שכינה מה אומרת, דיין טענה איך הער עס,
דו זוכסט א לעבן א רואיגן, א ליכטיגן,
אוי מיין קינד דו זוכסט נישט,
אויפן פלאץ דעם ריכטיגן,
אוי מיין טייער קינד, פאר דיר אצינד,
דעם סוד אויפוויקל איך,
אויב זוכסטו שמחה, נישט קיין צייטווייליגע,
סאיז נישט דא קיין סאך, נאר איין זאך,
וואס מאכט גליקלעך,
נאר מיין תורה, די לעכטיגע די הייליגע.

פון איר פארגעס נישט, קרעכצן דו וועסט נישט,
ס'איז א סגולה א נוצפולע,
נאך א בלאט גמרא, נאך א מצוה'לע,
שמחה ברענגט זי, מנוחה שענקט זי נאר דערינען,
וועסטו מיינע פעקעלעך געפונען.

מיט די תורה וועסטו, נאך לעבן די בעסטע,
פארשטיין די תכלית אין די באזע,
זיין צופרידן דא אין עולם הזה.

געדענק יעדע צייט, דו ביזט א סאלדאט,
א חלק אלוקי ממעל.
אז דו וועסט זיגן, וועסטו קריגן,
אויף יענע וועלט אויך א מעדאל,
א שיינע מעדאל.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection