יאקאב
יום טוב עהרליך
Original Track
Cover Tracks
לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך (תשכ"א) | אידישע אוצרות 1 - אברהם פריד (תשנ"ב)
אין אוזבעקיסטאן, אויף די בערג פון דידזשאן,
ביים גרעניץ פון אינדיע און אפגאניסטאן.
א דארף איז פארהאן, וואס זעט נישט קיין באן,
מען פארט דארט אהין נאר מיט אן עראפלאן.
די נאכט אזוי שטיל, מען הערט נישט קיין טריל,
עס שלאפט שוין דער דערפל, די בערג און די מיל.
און ווייט פון דער וועלט, מיט וועלדער פארשטעלט,
פארט זיך א טראקטאר א קליינער אין פעלד.
זיצט אויפן טראקטאר, א בחור א העלד,
און פירט ווי א שיפל, זיין טראקטאר אין פעלד.
'יאקאב דער זינגער', געהייסן האט ער,
און קיינער עס ווייסט נישט, פון וואנען און ווער.
פאררויכערט דער פנים, פארבוימלט די הענט,
קיינער אין דארף האט אזוי נישט געקענט,
פירן דעם טראקטאר, פארריכטן אים פלינק,
פון זומפן ארויסשלעפן אים אזוי גרינג.
און קיינער אין דארף,
עס האט נישט געוואוסט פון זיין סוד,
ווי קומט ער אהער,
ווי שרעקליך ס'איז ווייט פון זיין שטאט.
ווי וואונדערליך האט אים דער רוסישער באן,
פארווארפן קיין אוזבעקיסטאן.
און מיטן טראקטאר פארשיקט דא אהער,
צו ארבעטן ביטער און שווער.
און זינגען פלעגט ער לידער געשמאק אין די נעכט,
ס'האבן די לידער געקלונגען און ווייט זיך געהערט.
ס'פלעגן פיל שאטנס שטיל קומען צו גיין,
שטיין און נישט קענען פארשטיין.
ווער איז ער אטא דער מאדנער טאדזשיק,
ער גיט אויף זיי גארנישט קיין בליק.
ווייל נישט פון די בערג און די פעלדער
האט יאקאב געדענקט,
און נישט נאך די ווילדע טאדזשיקן
האט יאקאב געבענקט.
ער בענקט צו זיין טאטן און מאמען אהיים,
צום הייזל, צום הויפל, צום בוים,
ער בענקט אין ישיבה וואו ער האט פארבראכט,
אין לערנען בייטאג און ביינאכט.
אמר רבא, אמר רב פפא,
האט עס אביי גאר אנדערש באטראכט.
א קשיא א נייע האט ער געמאכט,
און האט א ראיה צו דעם געבראכט.
און מהרש"א, רשב"א, ריטב"א,
עס לויפן אדורך גיך א שעה נאך א שעה.
רמב"ם, רמב"ן, רבינו תם,
נישט דא אין דער וועלט נאך קיין בעסערער טעם.
אמר רב הונא, סבא הממונא,
האט אויף דעם שמאי אמאל נאכגעקלאגט.
געקומען איז הלל און אנדערש געזאגט,
ביז אינדרויסן האט שוין געטאגט.
שבת אין דעם טיי-הויז
ביי דעם טשייניק טיי איז ער געזעסן - יאקאב,
מיט טאדזשיקן אלע אויף דער ערד.
פון זיין בענקשאפט, פון זיין ווייטאג,
האט ער נישט געקענט פארגעסן - יאקאב,
און ס'האט קיינמאל גארנישט אויפגעהערט.
רופט זיך אן צו אים דער בעל הבית,
דער פירער פון זיי אלע - יאקאב,
איך וויל מיט דיר ריידן צו דער זאך.
איך האב א טאכטער יונג און שיין,
איך וועל דיר געבן פאר א כלה - יאקאב,
און אויך נדן קריגסטו גאר אסאך.
דרייסיג בהמות, פופצן אקסן,
צוואנציג קליידער, פאר דיין כלה - יאקאב.
און א זעקל אנגעשטאפט מיט געלט.
און עס הערן די טאדזשיקן,
און זיי הייבן אן צו שרייען - יאקאב,
דו קריגסט די שענסטע כלה אויף דער וועלט!
יאקאב זיצט די קאפ געבויגן
און רעדט נישט קיין ווארט,
ער איז יעצט אוועקגעפלויגן אין א ווייטן ווייטן ארט.
ער זעט זיין מאמען בענטשן ליכט
און זאגט א תחינה מיט,
אוי היט מיין יאנקעלען, באשעפער, ער זאל בלייבן דארט א איד.
יאקאב הייבט זיך אויף, און רופט זיך הויך אן,
איך בין א איד, און איך קען עס נישט טאן.
מיין תורה ערלויבט מיר נישט נעמען א פרוי,
וואס גלויבט נישט און טראכט נישט ווי איך אזוי.
עס האבן טאדזשיקן א פלאן זיך געמאכט,
צו מאכן א סעודה אויף מארגן ביינאכט.
און יאקאב'ן וועט מען אויך ברענגען און באלד,
חתונה מאכן אפילו מיט געוואלד.
שטיל דער פארנאכט,
ביים טראקטאר זיצט יאקאב אליין,
ער זיצט און ער טראכט
און הייבט שוין אן אלעס פארשטיין.
אז זיי וועלן קומען צו אים אהער באלד,
און נעמען אפילו מיט געוואלד.
מען וועט אים אנטרינקען מיט אפיום, מיט וויין,
דאן וועט ער זייערער זיין.
און שיין דער פארנאכט,
די זון פאר די בערג זי פארגייט,
ער זיצט און ער ווארט,
און וידוי ער זאגט שטילערהייט.
עס שטייען די בערג מיט די ווייסע קעפ,
און עס וואויען שאקאלן אין סטיעפ.
עס קוקן די פעלזן צום הימל מיט שרעק,
און זאגן נישט דא דא קיין וועג.
און פלוצלינג פון ווייטן, גענומען האט שפילן מוזיק,
ער הערט די געשרייען,
מען פירט שוין די כלה מיט גליק.
און פונקט ווי פון שלאף, כאפט זיך יאקאב שנעל אויף,
און הייבט אן צו גיין צו דעם הויף.
ער וועט נאר אריינגיין צו זיך אין געצעלט,
צו נעמען זיין רענצל מיט געלט.
ער גייט, ער גייט, פונקט ווי צום טויט,
ער שטייט שוין ביים טויער, ער עפנט זיי ברייט.
ער קוקט אריין, און זעט דעם שיין,
ער שמעקט די וויין, ער וויל שוין אריין.
אמר רבא, אמר רב פפא,
זעט ער איין אותיות פלוצלינג אין וועג,
זיי ווינקען, זיי רופן און ריידן מיט שרעק,
וואס טוט איר, ר' יעקב, שנעל לויפט אוועק!
קלאפן, פויקן, שפילן, דזשומבלעס,
אויבנאן עס זיצט די כלה - יאקאב,
און בריליאנטן פינקלען ארום איר.
און איר פאטער מיט איר מוטער,
און די מחותנים אלע - יאקאב,
זענען שוין געגאנגען ברענגען דיר.
און ווייט אויף די הויכע בערג,
אין דער פינסטערער נאכט,
קריכט א מענטש דארט אויסגעצויגן,
מיט די אויגן צוגעמאכט.
ביי די זייטן, טיפער אפגרונט, אויפן קרבן גרייט,
יאקאב האט פאר זיי נישט מורא, און זיין הארץ איז פול מיט פרייד.
נאר איין וועג עס האט די תורה,
און דאס איז דער וועג,
בעסער דא צעשמעטערט ווערן, און פון תורה נישט אוועק.
נישטא קיין זאך וואס קען אפשרעקן דעם ערליכן איד,
אז ער גייט נאר אין גאט'ס וועגן,
גייט גאט מיט אים און ער היט.
