Download PDF

יצר הרע

יוסף משה כהנא

Original Track

יצר הרעיוסף משה כהנא5:12

מלך זקן כסיל,
קומט מיט א שפיל,
איך בין אן אלטער סוחר, יעדער קען מיך.
פון מיר אלע קויפן,
יעדער אן אנדער אופן,
זיין ביזנעס קארטל פון אים נעם איך.

קומט גלייך א צווייטער,
אין סחורה וואס פארשטייט ער,
ס'ווערט שנעל קאליע, ס'האלט זיך גארנישט.
ער איז א פארדרייטער,
אנטלויף, שרייט ער,
ביז איך ווער אינגאנצן צעמישט.

די מלחמה איז זייער שווער,
מ'שלעפט אהין, מ'שלעפט אהער,
דער אלטער און דער וואס איז יונג.
ווער איז גוט, און ווער איז שלעכט,
ווער איז פאלש, ווער איז גערעכט,
די מלחמה איז נישט אזוי גרינג.

אהא. אהא.

קוק איך, זע איך, דער אלטער דערקוטשעט,
ווי א בייזע פליג ער מוטשעט.
נישטא אין די וועלט אזא פגע,
ער לאזט נישט אפ קיין איין רגע.
איך הער א ווארט, איז ער דארט,
אויפן ארט, אזויפיל סארט,
קויף כאטש עפעס, איך בין געקומען פארט.

הייבט אן מיט זיין זיסן צינגל,
וואס פארשטייסטו, ביסט א יונגל.
לייגט אראפ, מָתוּק מִדְבַשׁ,
ס'איז אויסגעהאלטן, אן קיין חשש.
ווען און וואס, אן קיין מאס,
אזוי איז דאס, פירט מיך ביים נאז,
ביז איך פארגעס ווער איז באלעבאס.

און ווי איך האב נאר עפעס געקויפט,
פארציילן אויבן גלייך ער לויפט,
שרייבט מיך אריין אין זיין בוך.
דער באנדיט, דער געמיינער,
קומט צוריק מיט א פנים א שיינער,
איך האב נייע סחורה, עפעס פארזוך.

אהא. אהא.

טייערער סוחר, האק נישט קיין טשייניק,
איז דען נעכטן געווען צו ווייניג.
ענטפערט מיר דער גרויסער לץ,
ביסט שוין מילא אין מיין נעץ.

א גאנצע ליסטע, פשעטלעך פוסטע,
פארפאלן ביסטו, פאלגן מוזטו,
אז נישט, ביידע וועלטן פארשפילסטו.

אוי, א קרעכץ, מיין הארץ עס געט,
הער איך גלייך ווי דער אנדערער רעדט.
ער וויל דיר נאר צעברעכן, צעקלאפן,
לאז דיך נישט אין יאוש אריינכאפן.
ענטפער טרוקן, ווילסט מיר פארצוקן,
דיינע גליקן, זענען מסוכן,
איך וויל דיין סחורה מער נישט אנקוקן.

פאר א צווייטן נאַר, פארקויף דיין סחורה,
עס ברענגט נאר עצבות, מרה שחורה,
נעכטן איז מיר געווען גענוג.
לאמיר תשובה טון, צוריקקערן,
פון די נעכטיגע וועט אויך א מצוה ווערן,
דא האסטו דיין קארטל צוריק.

איזהו גיבור,
ווי גייט מען עס אריבער.
א מענטש פון בלויז בלוט און פלייש.
זיין אזוי שטארק,
אייננעמען דעם בארג,
זיך מתגבר זיין אויף א מלאך של אש.

דער באשעפער טוט קיינעם נישט בא'עוול'ען,
בָּרָאתִי יֵצֶר, בָּרָאתִי תַּבְלִין,
לְבֵּית הַמִדְרָשׁ מָשְׁכֵהוּ.
דיין מלחמה, אין בית המדרש נעם עס,
ביי די גמרא זען דעם אמת,
בְּכָל דְרָכֶיךָ דָעֵהוּ.

ווען א איד קוקט נאר ארויף,
הייבט אים דער באשעפער אויף.
פִּתְחוּ לִי פֶּתַח, א קליינע שפאלט,
העלפט דער אייבערשטער אים באלד.
כְּהֶרֶף עַיִן, אים באפרייען,
צו אים טו שרייען, דַאגָה מִנַיִן,
הַבָּא לְטַהֵר מְסַיְיעִין.

און אז דער יצר לאזט נישט אפ,
לאזט זיך דער באשעפער אראפ.
יעדע נשמה טייער איז דאך,
כִּי לֹא יִדַח מִמֶנוּ נִדַח.
מיט זיינע שטראלן, אים צואיילן,
לאזט נישט פאלן, מִיַד נִגְאָלִין,
ס'קיינמאל, קיינמאל נישט פארפאלן.

יצר, יצר, דו אלטער נאר,
ס'ווארט אויף דיר א גוטע שכר.
וועסט דיך גארנישט רעכטן,
הקדוש ברוך הוא וועט דיך שעכטן.
מזל טוב, צו דיר א סוף,
גענוג דיין בלאף, די הַבְלֵי שָׁוְא,
בלייבן וועט נאר דער יצר טוב.

מ'וועט זען דעמאלטס יעדנ'ס מעלות,
נאר דער יצר איז שולדיג אלעס.
ווי ער פלעגט א עבירה א הארבן,
אויף א מצוה אפפארבן.
די מאמענט, וועט מען הייבן די הענט,
ווי האט מען געקענט, נישט ווערן פארבלענדט,
ווען איבעראל א פייער האט געברענט.

אוי, ווי וואויל, ווי געשעצט,
ווער ס'שטארקט זיך שוין יעצט,
און ער טוט זיך אלעמאל האלטן.
ווייל ווען א מענטש באמת וויל,
איז ער קלוגער פון דעם כסיל,
שטערקער פון דעם אלטן.

אֵיזֶהוּ גִיבּוֹר, אֵיזֶהוּ גִיבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ.
אִלְמָלֵא הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹזְרוֹ, אֵינוֹ יָכוֹל לוֹ.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection