מען דארף באהאלטן
Original Track
מען דארף באהאלטן1:11
Cover Tracks
S0410 - מען דארף באהאלטן (2)1:11
מען דארף באהאלטן,
א ספאדיק אן אלטן,
בחדרי חדרים זייער גוט.
עס זאל זיין א וואונדער,
פאר אונזערע קינדער,
אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכער איד.
מען דארף געדענקען,
און שטארק נאך בענקען,
די דורות וואס זענען פון אונז אוועק.
ווי זיי זענען געווען,
וואס מיט אונז איז געשען,
עס כאפט דאך א מורא און א שרעק.
שְׁאַל אָבִיךָ וְיַגֵדְךָ, זְקֵנֶיךָ וְיֹאמְרוּ לְךָ.
וְהֵשִׁיב לֵב אָבוֹת, לֵב אָבוֹת עַל בָּנִים,
מיט א ספאדיק אנטקעגן משיח צו גיין.
