ריכטיג איז
Original Track
ריכטיג איז א שבת קודש,
א גוטע וואך און א גוטן חודש.
ריכטיג איז א גלאטע סברא,
ריכטיג איז א בלאט גמרא.
וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט,
מ'טאר נישט ווערן צעמישט.
וואס איז שיין, וואס איז מיאוס,
וואס איז ביטער, און וואס איז זיס.
שיין איז א יונגל מיט לאנגע פיאות,
מיאוס איז א רשע מיט פאלשע דיעות.
ביטער איז א קרומע סברא,
און זיס איז א כזית מרור.
ריכטיג איז א שבת קודש,
א גוטע וואך און א גוטן חודש.
ריכטיג איז א גלאטע סברא,
ריכטיג איז א בלאט גמרא.
וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט,
מ'טאר נישט ווערן צעמישט.
וויכטיג זענען סיפורי צדיקים,
א ווארט אויף די סדרה, רְמָזִים עֲמוּקִים.
וויכטיג איז אן אתרוג א שיינע,
ריכטיג איז א הארץ א ריינע.
וואס איז ריכטיג און וואס איז נישט,
מ'טאר נישט ווערן צעמישט.
געשמאק איז א ווארעם אידיש ליד,
ריכטיג איז לויפן א טובה טון א איד.
ריכטיג איז א זאך וואס בלייבט,
נאריש איז א זאך וואס די צייט פארטרייבט.
וואס איז ריכטיג און וואס איז נישט,
מ'טאר נישט ווערן צעמישט.
ריכטיג איז א שבת קודש,
א גוטע וואך און א גוטן חודש.
ריכטיג איז א גלאטע סברא,
ריכטיג איז א בלאט גמרא.
וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט,
מ'טאר נישט ווערן צעמישט.
