Download PDF

רצון

יוסף משה כהנא

Original Track

רצוןיוסף משה כהנא6:53

לחן: ר' יום טוב עהרליך | מילים: ש.ק. לאווען | דאס אידישע געזאנג 2 (תשס"ט)

הערצעלע מיין,
דו האסט א וואונדער-קראפט אין דיר.
א שליסעלע, א קליין,
וואס אלצדינג ווערט ארויסגעברענגט,
נאר דורך איר.

רצון, אויב ס'פעלט,
קען איך נישט געבן זיך א קער.
און ווען דו גיבסט עס מיר,
דארף איך גאר קיין זאך מער.

ווייל אויב דיין רצון איז פעסט,
וועט זי אפילו ברעכן אייזן,
און דאס שווערסטע וועל איך מיט איר באווייזן.
און אויב דיין רצון איז פעסט,
קען איך אלעס דורכשווימען,
און קיין זאך איז מעגליך נאכצוקומען.

זאל זיין אויף סיי וועלכע שווערע וועג,
און נאך שלאפלאזע נעכט און טעג.
נישט קיין חילוק ווען, מיט דיין רצון מ'קען,
גאר פארגעסן, אלע אינטערעסן.
און דיין ווילן געט כח אויך,
מקבל זיין אלץ ווי מ'ברויך.
מיט סבלנות שטיל, רחמנות האבן פיל,
און פון זיך געבן אן א גבול.

ווייל אויב דיין ווילן איז שטארק,
מעג עס דונערן און בליצן,
און קיין זאך וועט קענען שטערן מיר.
און אויב דיין ווילן איז שטארק,
וועלן קיין תירוצים נוצן,
פון מיין באשלוס צו געבן זיך א ריר.

געדענקען זאלסט אבער גוט,
א שוואכע ווילן גארנישט טוט.
א רצון וואס איז פויל,
עס בלייבט נאר רייד אין מויל,
און קיין מעשים קומען נישט דערמיט.

אויב עס איז נישט באמת פעסט,
גארנישט אויספירן דו וועסט.
זי וואקלט און פארשוואונדט,
צעבלאזט פון יעדן ווינט,
און צום סוף אין איר מען פארגעסט.

עֲשֵׂה רְצוֹנוֹ כִּרְצוֹנְךָ, כְּדֵי שֶׁיַעֲשֶׂה רְצוֹנְךָ כִרְצוֹנוֹ,
בַּטֵל רְצוֹנְךָ מִפְּנֵי רְצוֹנוֹ,
כְּדֵי שֶׁיְבַטֵל רְצוֹן אֲחֵרִים מִפְּנֵי רְצוֹנֶךָ.

אוי, טאטע זיסער אין מיין הארץ געגעבן,
האסטו דאך רצונות פיל ערליי.
און איך וויל און טו באמת שטרעבן,
אויספירן א יעדן איינס פון זיי.

איך וויל, אלעמאל געזונט זיין פריש און מונטער,
מיט מוט און שמחה קענען דינען דיר.
פארשטיין און האנדלען גוט ביי וואס קומט אונטער,
און איך בעט, באשעפער, העלף מיר.

איך וויל, די קינדער מיינע קענען גרינג ערציען,
מיט שיין פרנסה רואיג נערן זיי.
אין תורה וואקסן און מיט מידות בליען,
די זכיה שענק מיר, טאטעניו געטריי.

אלמעכטיגער גוטער האר,
איך ווער אנטוישט און פול מיט צער.
ווען איך האב נישט דערגרייכט,
מיין שטרעבן נישט עררייכט,
ווייל די מיטלען כ'האב נישט געהאט דערפאר.

איך וויל, טאטע, טון פאר דיר,
וואס דיין רצון פארלאנגט פון מיר.
שענק מיך ביטע דו, די מעגליכקייט דערצו,
צו קענען שאפן דיר נחת רוח.

אוי, אידעלע מיין טייער, איך פארשטיי דיר,
אין העכסטן שטייגער, ווילסטו דינען מיר.
איך בעט דיר אבער, ווייס אז מיין באגער,
איז טאקע זאלסט מיר דינען מיט דיין שטער.

ס'שווער, דאס וויל אבער דער באשעפער דיינער,
דאס איז ריכטיגע רצון השם.
מקבל זיין זאלסט די הנהגה זיינער,
און מיט דעם וואס ער געט דיר, דינען אים.

נאך מער, געשטעלט האט ער דיר דווקא מיט השגחה,
מיט דיינע כשרונות, מידות און נאטור.
באשערט דיין וואוינארט און אויך דיין משפחה,
און דאס איז דיין עבודה טאקע גאר.

דיין גרעסטע און בעסטע ציל,
וויאזוי קענסט קונה זיין זכותים פיל,
איז אונטערבייגן זיך, שאפן נחת רוח,
מיטן דינען אים פון דארט וואו ער לייגט דיך.

זיי מחזק זיך אלע טאג,
אז אויפן וואג, נעמט מען יעדע פלאג.
מיט חשק און געטריי,
זאלסט שטענדיג סיי-ווי-סיי,
טון דעם ווילן פון קל חי.

הערצעלע מיין,
דו האסט א וואונדער-קראפט אין דיר.
א שליסעלע א קליין,
וואס אלצדינג ווערט ארויסגעברענגט נאר דורך איר.

טאטעניו, באגליק, סייעתא דשמיא פאר מיר שיק,
איך זאל נאר וועלן, דיין ווילן צופרידנשטעלן.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection