Download PDF

תנחום און שעפסל

יוסף משה כהנא

Original Track

תנחום און שעפסליוסף משה כהנא8:05

מזל טוב שוין דריי יאר,
אפגעשוירן תנחומ’ס האר,
אין א טלית ארומגענומען,
אין חדר קומען.

שיינע פאות איינגעקרייזלט,
אלע ווינטשן, זיין מיט מזל,
די א’ ב’ א לעקעלע,
יעדן א פעקעלע.

נעבן זיין טישעלע,
זיצט א יונגל שעפסעלע.
א פרייליכער, טויגעליך,
מיט קלוגע אויגעלעך.

קמץ א’, קמץ ב’,
שעפסל זאגט, איך ווייס.
פתח ח’, פתח כ’,
שעפסל כאפט א שלאף.

תנחום וויל פארשטיין דעם חיריק,
און וואס איז די שורוק.
תנחום פאלגט וואס מ’הייסט,
שעפסל אלעס ווייסט.

דער רבי זאגט, שעפסל, זאג עס,
אבער ער האט השגות.
איך בין דאך אזוי קלוג,
מ’לערנט נישט גענוג.

קלוגער פון די מחנכים,
קוקט און לאכט פון תנחום.
דו ביסט שוואך, חזר איבער,
איך בין א גבור.

תנחום האלט אין איין שטייגן,
קיין איין רגע נישט דערלייגן.
נאך א פסוק, נאך א בלאט,
פארברענגט נישט קיין צייט.

שעפסל האט א קאפ א שארפן,
פשעטלעך קען ער גוט ווארפן.
יעדן טאג א צווייטן פלאן,
וואס ער וויל זיין.

אין ישיבה...

פינעווע קלינגען גלעקער,
תנחום, תנחום, זאגט דער וועקער.
דיין חברותא גייט ארויף,
שטיי שטיי אויף.

תנחום שנעל מיט א זריזות,
די תורה ווי זיס איז עס.
מיטן בעסטן בחור שותפות,
רשב”א’ס און ריטבא’ס.

שעפסל קוועטשט אראפ דעם קנעפל,
דרייט אויס זיין שארפן קעפל.
האט נאכנישט קיין קלארן פלאן,
וואס ער וויל זיין.

עיון, בקיאות, קצות, נתיבות,
וועלכע לימוד האט חשיבות.
פון טראכטן בעיון,
וויל ער זיך אפרוען.

תנחום טוט זיך אנשטרענגען,
ביים שיעור פארשטיין דעם קצות.
קיין איין רגע נישט פארברענגען,
הערט צו יעדן אות.

ביי בקיאות איז חזרה,
רירט זיך נישט פון גמרא.
יעדע בחינה ביים פארהער,
הונדערט האט ער.

שעפסל בטל’ט מיט ליצנות,
אלע שטותים, האט רעיונות.
נעבעך א רחמנות,
אויף זיינע כשרונות.

תנחום האלט אין איין שטייגן,
קיין איין רגע נישט דערלייגן.
נאך א פסוק, נאך א בלאט,
פארברענגט נישט קיין צייט.

שעפסל האט א קאפ א שארפן,
פון ישיבה אים טוט מען ווארפן.
יעדן טאג א צווייטן פלאן,
וואס ער וויל זיין.

מזל טוב, מברעכט א טעלער,
אויסגעכאפט וואס שנעלער.
בקול שמחה וקול ששון,
תנחום איז א חתן.

א חתונה, א שבע ברכות,
פון די שענסטע משפחות.
גלייך אין כולל תנחום גייט,
מיט גרויס פרייד.

פינף יאר אנגעלאדן,
יורה יורה, ידין ידין.
שמחות ביי אים כסדר,
פירט זיין זון אין חדר.

שעפסל פסל’ט אלע שידוכים,
ביי דריי און צוואנציג מיט וויכוחים.
גארנישט פאר אים פאסיג,
נאר ערשטקלאסיג.

תנחום לערנט שעות לאנג,
האט אין מסחר אויך א גאנג.
ערליך פשוט, האנדלט פיין,
מצליח זייער שיין.

שעפסל דמיונ’ט מיט חלומות,
יעלו שמים ירדו תהומות.
רעדט איין מענטשן צו אינוועסטן,
מיט אים ווער קען זיך מעסטן.

הונדערט מיליאן אנגעבלאפן,
אנגעזעצט און אנטלאפן.
אויבן אויפן עראפלאן,
טראכט דעם נעקסטן פלאן.

תנחום האלט אין איין שטייגן,
קיין איין רגע נישט דערלייגן.
נאך א פסוק, נאך א בלאט,
פארברענגט נישט קיין צייט.

שעפסל האט א קאפ א שארפן,
נע ונד טוט זיך ווארפן.
יעדן טאג א צווייטן פלאן,
וואס ער וויל זיין.

צוויי אידן אין מושב זקנים,
אין איין צימער דארטן שכנים.
ביידע זענען העכער תשעים,
מיט קלארע חושים.

איינער גלייך אינדערפרי,
הערט זיך דארט צום שיעור צו.
גליקליך איז ער מיט זיין לעבן,
וויל נישט אויפגעבן.

מיט אייניקלעך ארומגענומען,
האבן ליב צו אים צו קומען.
דערציילט זיי פון אמאל,
אויף גדולי ישראל.

האט זיין סדר, האט א וועג,
אנגעפילט זיינע טעג.
זיינע קינדער שטאלץ מיט אים,
אלץ איז אים באקוועם.

תנחום האלט זיך קלאר ביים דעת,
מאכט דארט אויך א סיום השס.
ברוך השם די צענטע מאל,
מיט גאנץ כלל ישראל.

זיין שכן שעפסל קרעכצט אין בעט,
יעדער העלפער האט א חטא.
די עסן האט נישט קיין טעם,
די פּיל איז נאר סם.

שפאצירט אהער, שפאצירט אהין,
זוכט ביים פענסטער וואס צו טון.
שעפסל האט רעיונות,
שרייבן זיינע זכרונות.

ביז דער טאג איז אנגעקומען,
די חברה קדישא אים גענומען.
ר’ שעפסל זכרונו לברכה,
געוואלט לאזן אן הנצחה.

טויזנט בלעטער ליידיג געבליבן,
טרעפט מען נעבעך אונטער זיין קישל.
אויף די שער איז אויפגעשריבן,
'אלה זכרונות שעפסל'.

תנחום האלט אין איין שטייגן,
קיין איין רגע נישט דערלייגן.
נאך א פסוק, נאך א בלאט,
פארברענגט נישט קיין צייט.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection