אבינו אב הרחמן
מיכאל שניצלער
Original Track
Cover Tracks
לחן: ר' ליפא פעלדמאן | מילים: ר' פנחס מרדכי וועבער | יום שמחתינו (תשנ"ח)
פארט אהיים א טאטע מיט זיין קינד,
אויפן וואסער אין א שיף.
אבער צוליב דעם גרויסן שטורעם ווינט,
זענען זיי פארווארפן אין וואסער טיף.
ווייט ווייט אוועק, פון זייער הויז,
וויינט דאס קינד אינעם קליינעם שיפל.
טאטע, איך בין הונגעריג, כ'האלט עס מער נישט אויס,
וויפיל וועל איך נאך ליידן וויפיל.
אוי טאטע, אוי טאטע, המרחם רחם,
ווי ווייט איז נאך פון אונזער היים.
ענטפער מיר טאטע, אויב פרעגן איך מעג,
ווילאנג נאך וועט נעמען דער וועג.
מיין קינד, דו זעסט דאך די שרעקליכע וואלן,
דארפן מיר ווארטן עס זאל ארויס די זון שטראלן.
דעמאלטס וועט דער שיף בלאזן זיינע סיגנאלן,
אז מ'קען זיך שוין אהיים איילן.
אבער טאטע,
ווען וועט דער שיף שוין געבן דעם בלאז,
מיין קינד, איך אליין פרעג אויך דאס.
פרעג דעם מְשַׁנֶה עִיתִּים וּמַחֲלִיף אֶת הַזְמַנִים,
בעט עס אים און דערמאן אים.
אבינו אב הרחמן, המרחם רחם,
ווי ווייט איז נאך פון אונזער היים.
ענטפער מיר טאטע, אויב פרעגן איך מעג,
ווילאנג נאך וועט נעמען דער וועג.
דער אייבערשטער איז צוגעגליכן,
שטייט אין מדרש קלאר,
צו א קעניג וואס פירט זיינע קינדער אויפן ים.
אויף דעם שיף קיין ירושלים,
שוין באלד צוויי טויזנט יאר,
פארט די שכינה אהיים מיט אונז צוזאם.
טאטע, מיר טוען אהיים בענקען,
אויף דעם סְפִינָה הַמְטוּרֶפֶת
ווילאנג וועט מען זיין דערין.
אזויפיל פעלקער האבן פרובירט
דעם שיף דערטרענקען,
און מיר טוען נאכאלץ וואנדערן.
אבינו אב הרחמן, המרחם רחם,
ווי ווייט איז נאך פון אונזער היים.
ענטפער מיר טאטע, אויב פרעגן איך מעג,
ווילאנג נאך וועט נעמען דער וועג.
מיין קינד, איך האב אויך ליידער צער דערפון,
אבער עס וועט נאכאמאל אויפשיינען די זון.
ווען משיח וועט בלאזן מיטן שופר דעם שיינעם,
וועלן מיר ביידע אהיימגיין אינאיינעם.
ווען וועט דאס זיין, טאטע, אונזער קעמפער,
דו דארפסט דאך ביי קיינעם
נישט פרעגן דעם ענטפער.
ווען וועסטו שוין געבן רשות משמי מעל,
אז משיח זאל שוין בלאזן דעם סיגנאל.
אבינו אב הרחמן, המרחם רחם,
ווי ווייט איז נאך פון אונזער היים.
ענטפער מיר טאטע, אויב פרעגן איך מעג,
ווילאנג נאך וועט נעמען דער וועג.
מיין קינד, עס איז שוין זייער נאנט דערצו,
קרב יום אשר הוא.
אט אט, קום איך לְקַבֵּץ עַם מְפוּזָרִי,
קוֹמְמִיוּת לְאַרְצֵינוּ.
