Download PDF

איזהו

גרשי אורי

Original Track

איזהוגרשי אורי4:40

יעדן אינדערפרי,
מיר זאגן אֵיזֶהוּ,
אֵיזֶהוּ מְקוֹמָן שֶׁל זְבָחִים.
באשעפער, אויב מעגן מיר,
פרעגן די זעלבע פון דיר,
גרויסער מלך מלכי המלכים.

איזהו, איזהו,
קוק אראפ אויף דיינע קינדער,
צי זעסטו נישט ווי,
מיר זענען געווארן די שאף און רינדער.
גרויסער גאט, וויפיל איז דער גבול,
פרעגן צוזאמען מיט דיר אוי מען וויל.

פרעג שוין איזהו,
ענטפער איזהו,
ווייל אז דו פרעגסט, וועט קומען אן ענטפער דערצו.
דער מזבח ווערט שוין גרייט,
אט אט דארט מען שטייט,
מקריב זיין א תודה פאר דיר.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection