איזהו מקומן
מרדכי ווערדיגער
Original Track
לחן: ר' יוסל מאנדלבוים ז"ל | מילים: ר' יחזקאל ראטענבערג הי"ד
די אידיש קאלעקשאן (תשס"ז)
אידן, דערמאנט אייך פארט,
וואס עס האט זיך געטון אויף דעם ארט,
אין ארץ ישראל, אין ירושלים.
מ'האט מקריב געווען זבחים,
שלמים, עולות ונסכים,
בזמן שבית המקדש היה קיים.
ס'איז עולה געווען לריח,
אויפן הייליגן מזבח,
אויף איין ארט, אלע מיני קרבנות.
מכפר צו זיין עוונות,
על הרצון ועל האונס,
אבער היינט איז נעבעך א גרויס רחמנות.
אויף דעם וויינען מיר און קלאגן,
מיר בעטן און מיר זאגן,
אלע טאג, מיר בני מלכים.
יעדן אינדערפרי,
ווערט געפרעגט אֵיזֶהוּ,
מְקוֹמָן שֶׁל זְבָחִים.
באלד אינדערפרי,
ווען מ'גייט אין שול אריין,
מ'גייט דאך דאווענען בכוונה.
דערמאנען זיך די אידן,
אז תפילה איז במקום תמידין,
אז דאס דאווענען איז דאך אנשטאט קרבנות.
דער קהל און דער ש"ץ,
דאס איז דאך א בלויזער זאץ,
אנשטאט א קרבן, נאר א בלויזע תפילה.
ווייל אז מ'דערזעט דאך וואו מ'האלט,
מאכט מען דאך א געוואלד,
בְּנֵה בֵּיתְךָ, אוֹי אוֹי אוֹי, כְּבַתְּחִילָה.
היינט בעט מען נאר דאס איינע ווארט,
ווי זעט מען שוין צוריק דאס ארט,
מקריב זיין תמידים ונסכים.
אוי ווילאנג נאך ווי,
וועלן מיר פרעגן אֵיזֶהוּ,
מְקוֹמָן שֶׁל זְבָחִים.
מיר פרעגן בְּשָׂפָה רָפָה,
די שאלה מַה יָפָה,
מַה יָפוּ פְּעָמַיִךְ בַּנְעָלִים.
ווי שיין און ווי זיס,
זענען געווען די פיס,
ווען מיר זענען געגאנגען עולי רגלים.
צדיקים וחסידים,
ארעמעלייט און נגידים,
מיר זענען געגאנגען באהבה ורעות.
מיט אחדות געגרינדן,
בגוף ונשמה צוזאמען געבינדן,
א קשר בלב און מיט גלייכע דעות.
שרייט געוואלד, קוּמִי רוֹנִי בַּלֵילוֹת,
עַל דַרְכֵּי צִיוֹן הָאֲבֵילוּת,
ס'זאל אויסגעלייזט ווערן אלע ציונ'ס דרכים.
אוי באשעפער, ענטפער דו,
די שאלה פון אֵיזֶהוּ,
מְקוֹמָן שֶׁל זְבָחִים.
בזכות די צדיקים זאלן לעבן,
זאל אונז השם יתברך געבן,
מ'זאל געהאלפן ווערן מיט א ישועה אצינד.
און אויף דעם, בעטן מיר אויך,
ס'זאל נתעורר ווערן דיין כח,
מקרב צו זיין די גאולה שלימה געשווינד.
און פלוצלינג מיט דער צייט,
וועט מען זען דאס פלאץ שטייט,
דער בית המקדש, דאס בַּיִת וְהָעֲלִיָה.
ס'וועט זיין כולם מודים,
וְיַחַד כּוּלָם הוֹדִים,
שהשכינה הקדושה תהיה בינינו שרויה.
און תיכף באותו היום,
וועט באלד זיין, וְנֹאכַל שָׁם,
מִן הַזְבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים.
ס'וועט יעדער וויסן וואו,
אֵיזֶהוּ, מְקוֹמָן שֶׁל זְבָחִים.
