Download PDF

בלאז דעם שופר

מרדכי ווערדיגער

Original Track

בלאז דעם שופרמרדכי ווערדיגער

Cover Tracks

S0427 - בלאז דעם שופר (2)
S0427 - בלאז דעם שופר - מרדכי בן דוד

לחן: יוסי גרין | מילים: מרדכי ווערדיגער | די אידיש קאלעקשאן (תשס"ז)

יעצט אין דעם לעצטן דור,
ווי עס מוטשעט זיך דער איד.
אין הארצן טוט ער האפן,
און ער זינגט זיך צו דאס ליד.

באשעפער אלמעכטיגער,
איך פארלאז זיך נאר אויף דיר.
ווייל אין שער הדמעות,
איז דאך אפן די טיר.

קום דערנענטער זיך צו אונז,
הער דעם ביטערן געוויין.
נעם שוין צוזאם די טרערן,
און פארגרינגער אונזער פּיין.

בלאז דעם שופר ווייל מיר האלטן עס נישט אויס,
משיח בן דוד, קום לייז אונז שוין אויס.
בלאז דעם שופר ווייל מיר האלטן עס נישט אויס,
משיח בן דוד, קום לייז אונז שוין אויס.

משיח, מיר שפירן,
אז דו קומסט יעדע מינוט.
קיין ירושלים אונז פירן,
מיט די שכינה אינדערמיט.

עס ווארט דארט יעדע שטיינדעלע,
עס בענקט זיך די וואנט.
אז די גרויסע קדושה,
זאל שוין אויסמעקן די שאנד.

אוי, ציון שטעל דיך גלייך,
דערהייב שוין דיין קרוין.
פאר די שומרי תורה,
באצאל שוין זייער באלוין.

בלאז דעם שופר ווייל מיר האלטן עס נישט אויס,
משיח בן דוד, קום לייז אונז שוין אויס.
בלאז דעם שופר ווייל מיר האלטן עס נישט אויס,
משיח בן דוד, קום לייז אונז שוין אויס.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection