Download PDF

הר המוריה

מאטי אילאוויטש

Original Track

הר המוריהמאטי אילאוויטש8:12

Cover Tracks

S0431 - הר המוריה - מאטי אילאוויטש

אויבן אויף א בארג,
די אמונה איז שטארק,
מיט שמחה שטייען דארט ביידע.
געבונדן פיס און הענט,
גרייט צו ווערן פארברענט,
ליגט יצחק אויף די עקידה.

פון דעמאלטס אן,
טראגט דאס ארט א פאן,
פון קדושה וואס איז דארט פארבליבן.
די פלאץ וואס גאט וועלט אויס,
וואו צו בויען זיין הויז,
דעם הר המוריה אויסגעקליבן.

כאטש עס איז פארהאן,
פיל פלעצער וואס קען זיין,
שענערס ווי די הר המוריה.
פיל רייכערע ערד,
נו, פארוואס פונקט דא ווערט,
דאס פלאץ וואו על תילה בנויה.

ווייל צדיקים האבן אנטפלעקט,
וואו מ’האט דאס האלז אויסגעשטרעקט,
אין פייער פארן בורא צו גיין.
חשוב איז ביי אים דאס ארט,
דער באשעפער וויל אז דוקא דארט,
זאל דער בית המקדש שטיין.

לויטן חשבון פון פריער,
אז חשוב איז ביי דיר,
די פלאץ וואו מען שטארבט פאר דיינע באפעלן.
באשעפער, דו זעסט,
וואו צו בויען דיין נעסט,
האסטו אזויפיל וואו זיך אויסצואוועלן.

אויפן אטא-דא-פעי,
פארן הנה אלקינו זה,
חלילה די אמונה נישט טויפן.
צי וועסטו בויען דיין אכסניא,
דארטן אין שפאניע,
אויפן זעלבן פלאץ ווי פונעם שייטער הויפן.

אין רוסלאנד הינגעריכטעט,
געשאכטן און פארניכטעט,
געגאנגען אין פייער פאר דיר.
צי וועסטו, טאטע קרוין,
בויען דיין וואוין,
אויף די קאלטע ערד פון די פראסטיגע סיביר.

אין אייראפע וואו דו קוקסט נאר אלץ,
דעם טויט מעסער אויפן האלז,
מיליאנען אויסשעכטן און אויסהונגערן.
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב,
וועסטו בויען דיין שטוב,
ליטע, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן.

אין אינדיע, מומביי,
פארן זיין א חלק אלקי,
געקוילעט ווערט מען פון דעם דזשיהאד.
די הויז פון בלוט און טרערן,
צי קען עס נאך איין טאג ווערן,
א בית המקדש אנשטאט א בית חבד.

ווייל צדיקים האבן אנטפלעקט,
וואו מ’האט דאס האלז אויסגעשטרעקט,
אין פייער פארן בורא צו גיין.
חשוב איז ביי אים דאס ארט,
דער באשעפער וויל אז דוקא דארט,
זאל דער בית המקדש שטיין.

אויב ווילסטו דוקא ארץ ישראל,
אויף יעדן בארג און טאל,
איז פארצייכנט מיט אידישע עקידות.
אויף וועלכע גאס,
אויף וועלכע אויפרייס,
ווילסטו בויען דיינע געביידעס.

דארט וואו בחורים פארכאפט מען,
וואו מתפללים אנקלאפט מען,
אינמיטן שחרית, מיט העק און מיט מעסער.
אוי טאטע, ס’שוין גענוג,
משיח שוין שיק,
און לאז נישט די אויסוואל ווערן גרעסער.

חשוב איז ביי אים דאס ארט,
דער באשעפער וויל אז דוקא דארט,
זאל דער בית המקדש שטיין.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection