Download PDF

נאך א שעה

יום טוב עהרליך

Original Track

נאך א שעהיום טוב עהרליך2:41

לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך (תשכ"ג) | אידישע אוצרות 2 - אברהם פריד (תשנ"ד)

אין א הייזל אין אן אלטער,
זיצט א איד ר' לעזער,
טאג און נאכט א דיאמאנט האלט ער,
און ער מאכט א כתר.
פאר וועמען איז דער קרוין דער שיינער,
גאר אן א חסרון,
פארן מלך המשיח, באלד קומט ער צו פארן.

אך ווי טייער, אין לשער,
ס'קומען גוטע יארן,
נאך א יאר, נאך א יאר,
און ער קומט צו פארן.

אין א הייזל אין אן אלטער, זיצט א איד ר' גד'ל,
טאג און נאכט א בגד האלט ער,
און ער דרייט א נאדל.
פאר וועמען איז דער שיינער בגד, גאר אן א חסרון,
פארן מלך המשיח, באלד קומט ער צו פארן.

אך ווי טייער, אין לשער,
ס'קומען גוטע יארן,
נאך א וואך, נאך א וואך,
און ער קומט צו פארן.

אין א הייזל אין אן אלטער, זיצט א איד ר' מיכל,
טאג און נאכט א טייגל האלט ער,
און ער באקט א קיכל.
פאר וועמען איז דער שיינער קיכל, גאר אן א חסרון,
פארן מלך המשיח, באלד קומט ער צו פארן.

אך ווי טייער, אין לשער,
ס'קומען גוטע יארן,
נאך א טאג, נאך א טאג,
און ער קומט צו פארן.

אין א הייזל אין אן אלטער, זיצט א בחור נטע,
טאג און נאכט א ספר האלט ער, לערנט מיט התמדה.
יעדע רגע קומט משיח, ער וועט פרעגן נעמען,
וועט מען וויסן וואס צו זאגן און זיך נישט פארשעמען.

אך ווי טייער, אין לשער, ס'קומען גוטע יארן,
נאך א שעה נאך א שעה, און ער קומט צו פארן,
נאך א שעה נאך א שעה, און ער קומט צו פארן.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection