נר נשמה
יונתן שווארץ
Original Track
דער הייליגער לעלובער זיצט ביים טיש פרייטאג צונאכט,
אזוי צעפלאמט און אזוי פארטראכט.
די פנים א פלאם פייער, אזוי הייס,
און עס גיסט זיך פון אים די שווייס.
די חסידים וואס טוען זיך ארום אים מיטטיילן,
ער זאגט זיי, א מעשה וועל איך ענק דערציילן.
וואס ביים ערשטן וועלטס מלחמה האט פאסירט,
ווען מ'האט אידן אין פייער אריינגעפירט.
די אידן זענען געשטאנען אין שורה,
מ'האט זיי געפירט אין מְדוּרָה,
עס איז געוועזן נִשְׁפַּךְ דָמָם כַּמַיִם.
מ'האט זיי גענומען מיט געוואלד, יונג און אלט,
וּמָסְרוּ נַפְשָׁם עַל קְדוּשַׁת הַשֵׁם.
אמאל פרייטאג נאכמיטאג איז געשען אזוי,
ס'איז אנגעקומען א פרוי,
זי נעמט זיך בעטן ביי דעם סאלדאט.
איידער איך פארליר מיין לעבן,
א שוועבל זאלסטו מיר געבן,
צו צינדן לעכט איז שוין געקומען די צייט.
צום באשעפער זיך געבויגן,
ס'איז דא צוויי מאל וואס מ'דעקט צו די אויגן,
ווען א מאמע צינדט לעכט
און ווען מ'זאגט שמע ישראל.
הייליגער באשעפער, איך בין דיין קנעכט,
איך נעם ארויס מיינע צוויי לעכט,
איך דעק צו די אויגן און איך זאג ביידע אויפאמאל.
אויף די לעכט האט זי געצונדן א פייער,
געזאגט אשר קדשנו להדליק נר.
געוויינט שמע ישראל השם אחד,
איך בין זיך מוסר נפש פאר דיר, גאט.
מיין לעצטע בקשה איז מיט רעכט,
צו ברענען מיט די קדושה פון שבת לעכט.
שנעלער זייער, אריין אין דעם ברען,
געצונדן לעכט על קידוש השם.
דער הייליגער לעלובער איז ממשיך ביים טיש זיינע,
רבונו של עולם, איך האב א טענה.
דו האסט צוגעזאגט דו וועסט בויען א בנין א נייע,
וואס וועט זיין געמאכט פון פייער.
רבונו של עולם, ענטפער מיר,
צו בויען דעם בית המקדש וואס פעלט דיר,
טאמער וועסטו זאגן אז ס'פעלט דיר פייער.
באשעפער, פייער נעם צוזאמען,
פון די פארברענטע מאמע,
עֲשֵׂה לְמַעַן קְדוֹשִׁים מוּשְׁלָכִים בָּאֵשׁ אזוי טייער.
און נאך א שאלה א קליינער,
טאמער ס'פעלט דיר שטיינער,
וועלן מיר אויף דעם זיין מתרץ.
מאך שוין דעם גלות קורצער,
נעם אראפ די שטיינער פון די אידישע הערצער,
און אויך די שטיין וואס איז געליגן אויף די מאמע'ס הארץ.
און טאמער דו ביסט מְחַסֵר,
ס'פעלט דיר וואסער,
אז דער בית המקדש זאל געבויט ווערן.
ס'איז דא א הבטחה פאר אונז אלע,
שַׁעֲרֵי דְמָעוֹת לֹא נִנְעֲלוּ,
נעם צאם די מאמע'ס הייסע טרערן.
כּוּלְא עַלְמָא לֹא פְּלוּג,
פון וואס צו בויען האסטו גענוג.
ווער שוין נתגלה,
עיר ציון תמלא,
משיח זאל שוין קומען צו גיין.
יִרְוְיוּן מִדֶשֶׁן בֵּיתֶךָ,
עֲשֵׂה לְמַעַן בָּאִים עַל קִידוּשׁ שְׁמֶךָ.
בקרוב זיין זוכה,
וְתִשְׁכּוֹן בְּתוֹכָה,
במהרה בימינו אמן.
