Download PDF

ס'בענקט

שמואלי אונגאר

Original Track

ס'בענקטשמואלי אונגאר6:59

לחן: ר' משה לויפער | מילים: וועלוול פעלדמאן | שמואלי 2 (תשע"ו)

מיטן סידור’ל געבויגן,
טרערן גיסן גאס נאך גאס.
פון הייליגן צדיקס אויגן,
קלאגט דעם תיקון חצות.

פון שלאף ער דערוועקט זיך,
א קול פון געוויין, עס קומט פון וואו.
דער בעל אכסניא שרעקט זיך,
צום צדיק גלייך גייט ער צו.

מיין געטליכע גאסט, איך שטיי דא און וואונדער,
וואס זענען די טרערן,
קוים האלב נאכט, אזוי פארטראכט, ביי מיר אין הויז.
מיין קינד, איך וויין, ווייל אונז וויל מיר
קיין ירושלים זיך אומקערן,
ווען גיימיר שוין פון דעם גלות ארויס.

רבי טייערע, אזא גזירה, ווער וויל אונז פארטרייבן,
צו מיינע שאף אזוי צוגעבונדן, רבי,
איך האף דו פארשטייסט.
א גוטע היימעלע מיט מיינע קינדערלעך,
מיר ווילן דא פארבלייבן,
אין ירושלים, וואס וועט זיין ווער ווייסט.

דער צדיק הייבט אויף די אויגן,
מיין קינד, זאגט ער צו אים,
פארקלעמט דא צווישן די גוים, אזוי פאר’צער’ט.
ס’זעט דיר אויס,
ביי דיר אין פעלדל ביסטו אזוי באקוועם,
דער בורא אין גלות מיט אונז פארשפארט.

אוי ווי גוט וועט זיין מיט משיח אין ירושלים,
יעדער איד אונטער זיין ביימעלע, אן אמת’ע רו.
נישט אקערן מיט שווערע עבודות, נישט דארפן זייען,
פרידן פאר אלע אידן אן קיין מי.

דעמאלטס וועט זיין מנוחה,
דעמאלטס וועט זיין שמחה,
אוי מנוחה, איי ושמחה, אור ליהודים.
דעמאלטס וועט זיין מנוחה,
דעמאלטס וועט זיין שמחה,
אוי מנוחה, איי ושמחה, אור ליהודים.

ירושלים, אמאל ברינה,
אידן געווען אויסדערוועלט.
געזעסן מיט די שכינה,
מ’ווייסט גארנישט וואס ס’פעלט.

אִישׁ עַל מַחֲנֵהוּ,
אנעם עול פון דעם גוי.
מיר ווארטן שוין, וְנִרְאֵהוּ,
בשוב השם ציון.

ווי א מאמע צו קינדערלעך,
אין בית המקדש אונטערן פארטוך,
ווי איין משפחה בְּעִיר מְלוּכָה, קַרְתָּא דִירוּשָׁלֵים.
פון גוטע זכרונות זיך צו דערמאנען יעדער ווארט דאך,
נאך אזויפיל יאר פארגעסט זיך דער אלטער היים.

אוי טאטע, הבט משמים, אויף דיינע קינדער קוק שוין,
מיט תיקון חצות אזויפיל נעכט, נאך אלץ זעמיר דא.
אין אזא מנוחה ווער קען רוען, באשעפער,
אוי גענוג שוין,
ווילאנג וועט מען נאך זאגן לשנה הבא.

לשנה הבא, נאך די יאר, בארעא דישראל,
זען דעם אור הגנוז, דעם אויבערשטנ’ס קרוין.
והשיב לב אבות על בנים, אלע אויפאמאל,
אין ירושלים, אונזער אמת’ע וואוין.

דעמאלטס וועט זיין מנוחה,
דעמאלטס וועט זיין שמחה,
אוי מנוחה, אוי ושמחה, אור ליהודים.
דעמאלטס וועט זיין מנוחה,
דעמאלטס וועט זיין שמחה,
אוי מנוחה, איי ושמחה, אור ליהודים.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection