עד מתי
אברהם חיים גרין
Original Track
Cover Tracks
וואו איך שטיי און גיי, צו דיר איך שריי,
איך בעט און וויין צו דיר אגאנצן טאג.
טרער נאך טרער, אוי טאטע, הער,
איך שריי און וויין צו דיר פון גרויס פלאג.
טאטעניו מיין, ס'שווער צו פארשטיין,
אוי אוי אוי, עד מתי.
טאטעניו מיין, ס'שווער אנצוגיין,
איך שריי און וויין צו דיר, עד מתי.
עד מתי, עד מתי,
אוי וויי, אוי וויי, אוי וויי, עד מתי.
עד מתי, עד מתי,
טאטעניו מיין, עס זאל שוין גוט זיין,
מען זאל מער נישט דארפן שרייען,
עד מתי.
וואו איך שטיי און גיי, צו דיר איך שריי,
איך בעט און וויין צו דיר א גאנצן טאג.
טרער נאך טרער, אוי טאטע הער,
איך שריי און וויין צו דיר פון גרויס פלאג.
טאטעניו מיין, ס'שווער אנצוגיין,
איך שריי און וויין צו דיר, עד מתי.
עד מתי, עד מתי,
אוי וויי, אוי וויי, אוי וויי, עד מתי,
עד מתי, עד מתי,
טאטעניו מיין, עס זאל שוין גוט זיין,
מען זאל מער נישט דארפן שרייען,
עד מתי.
באשעפער, איך שריי צו דיר,
וויפיל איז דער שיעור, עד מתי,
באשעפער איך שריי צו דיר,
וויפיל איז דער שיעור, עד מתי,
עד מתי.
אזא שווערן וועג, שוין יארן און טעג,
וואס מען שרייט און מען פרעגט,
עד מתי.
