Download PDF

א שבת אין מעזשבוזש

מרדכי ווערדיגער

Original Track

א שבת אין מעזשבוזשמרדכי ווערדיגער5:02

Cover Tracks

S0451 - א שבת אין מעזשבוזש (2)6:03
S0451 - א שבת אין מעזשבוזש - מרדכי בן דוד6:48

לחן: ר' אבי פישהאף | מילים: ליפא שמעלצער | א אידיש קאלעקשאן (תשס"ד)

אין אדר תש"ס, צוואנציג חברים פון ארום די גאנצע וועלט זענען געפארן אויף א נסיעה צום הייליגן בעל שם טוב הקדוש זי"ע אויף שבת פרשת זכור, און דאס דערציילן זיי:

די שקצים אין אוקראינע, זיי קענען נישט פארשטיין,
פארוואס קומט אזא גרויסער עולם צו גיין,
פון יענעם עק וועלט, פון ארץ ישראל און אויך פון אמעריקע.

קיין שטעטעלע מעזשבוזש מיר גייען מיט פרייד,
גרויסע צדיקים זיך אלץ דא געדרייט,
א גאנץ שבת קודש, דא וועלן מיר זיין,
אין מעזשבוזש.

צו זיין ביי דעם הייליגן בעל שם טוב'ס א טיש,
נאך צוויי הונדערט יאר, מיר פארגעסן גארנישט,
די קדושה אויף יעדן צוריק אויפגעפרישט,
אין מעזשבוזש.

א שבת אין מעזשבוזש, ביים הייליגן בעל שם,
די טרערן פון הארצן, באשעפער, שוין נעם,
מיט קדושה, טהרה, מעין עולם הבא אין מעזשבוזש.

ס'פרייטאג צונאכטס און מ'בעט נאכאנאנד,
קיין לעקטער נישטא, דעם פארצייטנס דערמאנט.
אבער די לעכטעלעך ביים ציון,
עס שטראלט נאך און שיינט,
ביים בעל שם טוב.

מ'גרייט זיך צום קידוש'ל, פרייטאג צונאכטס,
די השגחה עליונה, האט וויין אויך געבראכט,
עס הייבט זיך די פיס און א טענצל מען מאכט דאך,
אין מעזשבוזש.

מיט גרויס התלהבות, מיר טאנצן ארום,
תהא שעה הזאת, שעת רחמים,
א קרעכצל פון תשובה, פון הארצן עס קומט דאך,
אין מעזשבוזש.

א שבת אין מעזשבוזש, ביים הייליגן בעל שם,
די טרערן פון הארצן, באשעפער, שוין נעם,
מיט קדושה, טהרה, מעין עולם הבא, אין מעזשבוזש.

א טעם גן עדן, גאנץ שבת געשפירט,
די שיינע זמירות, האט מען אויך אנגעפירט,
אין הייליגן דערפל, מיר האבן שפאצירט,
אין מעזשבוזש.

א חשוב'ער איד, געט דאס אונז צו פארשטיין,
אז דער צדיק אין הימל איז גוזר אליין,
ווער צו זיין ציון זאל קומען צו גיין,
קיין מעזשבוזש.

אוי רבי, אויף אידישע קינדערלעך קוק,
אוי, אונזערע צרות שוין זיכער גענוג,
צעבראכענע אידעלעך בעטן אויף גליק,
דא אין מעזשבוזש.

א שבת אין מעזשבוזש, ביים הייליגן בעל שם,
די טרערן פון הארצן, באשעפער, שוין נעם,
מיט קדושה, טהרה, מעין עולם הבא, אין מעזשבוזש.

די גרויסע צדיקים, זיי קוקן אראפ,
בשעת סעודה שלישית, וואס טוט זיך דא אפ.
שוין לאנג נישט געווען אזא פייער פון קדושה,
אין מעזשבוזש.

די תפילות געזאנגען, אין הימל ארויף,
אלע גרויסע צדיקים, זיי קומען זיך צונויף,
און זיי טאנצן דא נאכאמאל אין צדיק'ס הויף,
דא אין מעזשבוזש.

ס'איז שוין מוצאי שבת, מען בעט מיט געוויין,
אוי גאט פון אברהם, באגלייט אונז אהיים,
צוריק אין די בלאטע, אין גלות מיר גייען,
פון מעזשבוזש.

מיר בעטן ישועות, פאר אלע אויפאמאל,
און טראגן השפעות, פאר פריינט איבעראל,
אהיים קיין אמעריקע און אויך קיין ארץ ישראל.

אוי רבי, אמעריקע איז דאך נישט מעזשבוזש.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection