גוטסקייט פון צדיקים
מיכאל שניצלער
Original Track
געדענקט זייערע וועגן,
וואס צדיקים פלעגן,
העלפן מיט ישועות, מיט פרנסה.
אפילו דברי חול, גענומען דעם עול,
חֲבוּרָתָא קַדִישָׁתָא.
חסד ווען אימער,
דערמאנען דאס טוען מיר,
חֶסֶד בְּעִידְן חֶדוָתָא.
עס האבן געטון, די מרנן ורבנן,
חֲבוּרָתָא קַדִישָׁתָא.
אין רבי’שן הויף,
גרייט מען זיך צונויף,
צום דברי חיים אן הכנה.
יעדער מיט די קוויטלעך,
פארציילט זיינע קאפיטלעך,
צווישן זיי אויך אן אלמנה.
איר קוויטל ער ליינט,
און הויך זי וויינט,
מיט ביידע הענט אויפן קעפל.
ביים יריד א טיש,
פארקויף איך פירות פריש,
און קיינער וויל נישט פון מיין עפל.
רבי’ניו, מיר העלפן איר זאלט,
מיינע עפעלעך האט קיינער נישט געוואלט.
מען שרייט ס’איז פארפוילט,
הלואי ווען איך וואלט,
פארקויפט מיינע עפעלעך פרישערהייט.
דער צאנזער רב לויפט ארויס,
ווער וויל קויפן, שרייט ער אויס.
מען לויפט פון אלע הויפן,
פון רבי’ן וויל מען קויפן,
זי האט געמאכט איר געלט גרינגערהייט.
געדענקט זייערע וועגן,
וואס צדיקים פלעגן,
העלפן מיט ישועות, מיט פרנסה.
אפילו דברי חול, גענומען דעם עול,
חֲבוּרָתָא קַדִישָׁתָא.
חסד ווען אימער,
דערמאנען דאס טוען מיר,
חֶסֶד בְּעִידְן חֶדוָתָא.
עס האבן געטון, די מרנן ורבנן,
חֲבוּרָתָא קַדִישָׁתָא.
נאך א מעשהלע מ’טרעפט,
געוועזן א געשעפט,
וואס די רביצין פון לעלוב האט פארמאגט.
דער צדיק פלעגט שמועסן,
דעם געשעפט צו פארשליסן,
ווען מ’האט פארדינט גענוג געלט אויפן טאג.
נישט פארקויפן פאר קיינעם,
ס’זאל בלייבן פאר די שכנים,
מענטשן זאלן קויפן אויך ביי זיי.
דער לעלובער אליין,
הייסט פארשפארן גיין,
פאר א צווייטן דארף מען זיין געטריי.
נאך א סיפור פון א גרויסן פירער,
געקומען צו רבי ישעילע קערעסטירער,
דער פריץ און פארלאנגט,
מיין זון איז ביטער קראנק,
בעט פאר א רפואה, וועל איך זיין גוט צו אייך.
דער צדיק זאגט צום בורא, אויב אזוי,
לוינט זיך ס’זאל לעבן נאך א גוי.
ס’דא גויים געמיינע,
מעג נאך זיין איינע,
ווייל חסד פאר אידן, וועט ער טון אסאך.
געדענקט זייערע וועגן,
וואס צדיקים פלעגן,
העלפן מיט ישועות, מיט פרנסה.
אפילו דברי חול, גענומען דעם עול,
חֲבוּרָתָא קַדִישָׁתָא.
חסד ווען אימער,
דערמאנען דאס טוען מיר,
חֶסֶד בְּעִידְן חֶדוָתָא.
עס האבן געטון, די מרנן ורבנן,
חֲבוּרָתָא קַדִישָׁתָא.
פאר אידן א פארגינער,
רבי אהר’לע קארלינער,
פון די מעשה ווייסן אלע.
געלט האט ער געשאפט,
ווייל ער האט געדארפט,
פאר זיין קינד הכנסת כלה.
ער לויפט נעבעך ארום,
נעמט צוזאם א סכום,
זיינע כוחות ווערן אפגעשוואכט.
שוין געענדיגט ענדליך,
געשאפט אסאך רענדלעך,
צו די שמחה זיך גרייט געמאכט.
פלוצלינג האט ער זיך דערוואוסט,
דער מאור עינים אין תפיסה זיצט.
די ידיעה איז צעשפרייט,
אז מארגן באפרייט,
אויף מארגן עפנט מען אים אויף די טיר.
ר’ אהר’לע אריין טוט זיך איילן,
פאר פדיון שבויים צו טיילן.
ער געט אוועק דאס גאנצע געלט,
וואס ער האט צאמגעשטעלט,
אז דער צדיק זאל ארויסגיין מיט איין טאג פריער.
געדענקט זייערע וועגן,
וואס צדיקים פלעגן,
העלפן מיט ישועות, מיט פרנסה.
אפילו דברי חול, גענומען דעם עול,
חֲבוּרָתָא קַדִישָׁתָא.
חסד ווען אימער,
דערמאנען דאס טוען מיר,
חֶסֶד בְּעִידְן חֶדוָתָא.
עס האבן געטון, די מרנן ורבנן,
חֲבוּרָתָא קַדִישָׁתָא.
א מעשה א באקאנטע,
פאסירט אין גאלאנטע,
די מלחמה אויסגעבראכן.
חסידים לאזן הערן,
מען מוז עפעס קלערן,
דער שונא קומט ביז אפאר וואכן.
א שרעק איז אין די גאס,
יעדער זוכט א פּאס,
מיט וואס מ’קען זיך ארויסכאפן.
ס’איז שווער צו באקומען,
אלעס שוין פארנומען,
די הערצער מיט פחד קלאפן.
די חסידים, ווי געטרייע שאף,
ערלעדיגט א פּאס פארן רב.
ער שרייט בשום אופן,
איך וועל נישט אוועקלויפן,
חסידים, איך האלט אייך זייער טייער.
דער פאסטוכל זיין סטאדע לאזט נישט איבער,
וועל איך אויך נישט דא לאזן מיין ציבור.
ער איז מיט זיי געבליבן, ביז מ’האט זיי פארטריבן,
אויף קידוש השם, אריין אין פייער.
געדענקט זייערע וועגן,
וואס צדיקים פלעגן,
העלפן מיט ישועות, מיט פרנסה.
אפילו דברי חול גענומען דעם עול,
חֲבוּרָתָא קַדִישָׁתָא.
חסד ווען אימער,
דערמאנען דאס טוען מיר,
חֶסֶד בְּעִידְן חֶדוָתָא.
עס האבן געטון די מרנן ורבנן,
חֲבוּרָתָא קַדִישָׁתָא.
