דאס איז מיין רבי
אידיש נחת
Original Track
Cover Tracks
לחן: יוסי גרין | מילים: הערשי וויינבערגער | אידיש נחת 4 (תשפ"א)
מיין יונגעלע, איך גיי צום רבי'ן,
איך קלאפ אויף זיין טיר.
איך וויל פאר אים א קוויטל געבן,
איך שרייב וועגן דיר.
טאטע, זאג וואס איז א רבי,
פארשטיין איז מיר שווער.
איז ער א ברודער, א פעטער,
וואס איז ער.
יונגעלע, דער הייליגער רבי,
איז אלץ פאר אונז גרייט.
יעדער מצב, יעדע פראגע,
א צדיק פארשטייט.
טאטע, זאג ווער איז א רבי,
איך וויל הערן מער.
איז ער א ברודער, א פעטער,
ווער איז ער.
דער צדיק גאר הייליג,
א טאטע צו מיר.
אין אונזער לעבן א חלק,
האט ער אויף יעדע ריר.
טאטע, כ'טו הערן,
איך זע דיין הארץ ציט.
ווען איך וועל עלטער ווערן,
וויל איך אויך זען דעם איד.
הער צו, מיין יונגעלע,
דו האסט אים שוין געזען.
דער גרויסער גוטער אידעלע,
ביי דיין ברית געווען.
דיין נאמען געגעבן,
אויך פיאות געמאכט.
דיין גאנצע לעבן,
פון דיר אלץ ער טראכט.
לאמיר גיין צוזאמען, זען זיין פנים לייכט.
רבי, הייליגער רבי, אזא גרויסער אור,
רבי, הייליגער רבי, דער צדיק הדור.
טאטע, כ'האב געזען זיין צורה,
לויטער און ריין.
הימליש איז די גאנצע דירה,
א פארצייטישער חן.
יא, מיין קינד, דאס איז דיין רבי,
מיט אים זענען מיר איין,
ביז משיח וועט קומען צו גיין.
אין גלות איז טונקל,
ווארעמקייט מען זוכט.
פון צדיק'ס הויף, זיין ווינקל,
שיינט זיין הייליג ליכט.
מ'טרעפט דארט אן ענטפער,
אויף יעדן פראבלעם.
די קינדערליך דיינע,
זאלסטו אויך נעמען צו אים.
יא, די קינדערלעך מיינע,
וועל איך נעמען צו אים.
רבי, הייליגער רבי, אזא גרויסער אור,
רבי, הייליגער רבי, דער צדיק הדור.
דאס איז מיין רבי, הייליגער רבי.
