דעם רבינ'ס ניגון
מרדכי ווערדיגער
Original Track
Cover Tracks
מחבר: הרה"ק מריבניץ זצ"ל, משה מרדכי ראזנבלום
מילים: הרבנית מריבניץ | אין עוד מלבדו (תשנ"ז)
אוי רבי, מיין הארץ עס צעגייט,
מיין נשמה, עס בענקט, אוי ס'שרייט.
צו זען נאכאמאל דאס לעכטיגקייט,
דאס שמייכל, דער חן.
איך דערמאן זיך פיל זכרונת און איך וויין.
א פלא הדור, א חידוש גאר געווען,
פון איין עק וועלט ביזן צווייטן, אלעס געזען.
אזא טהרה מיט תעניתים, אזא עבודה ביי חצות,
א יעדעס ריר, פארן באשעפער, איעדער אות.
רבי, אוי דער צער,
דאס בענקשאפט, ממש אין לשער.
פאר'יתומ'ט און אליין,
וואס נאר דער רבי קען פארשטיין.
ס'איז א נחמה, פאר מיין נשמה,
דעם רבינ'ס ניגון זינג איך היינט.
מיט דביקות צום באשעפער,
האט ער זיך שטארק צעוויינט.
אוי אוי אוי...
דארט אין רוסלאנד, פאר א יעדע מצוה,
דאס לעבן איינגעשטעלט,
א בעל מופת, גע'פועל'ט ישועות,
פאר דער גאנצער וועלט.
דער צדיק האט נאר ארויסגעזאגט,
ער האט גוזר געווען,
יעדעס ווארט, אט אזוי איז טאקע געשען.
רבי, זיצט מען אויך דארט אין הימל,
מיט אש און זאק,
רבי, ברעכט מען דארט אויך אייז, מיט א גרויסן האק.
אדער אפשר גאר, נאך אזויפיל יאר,
טייכן טרערן געוויין,
האט מען שוין גע'פועל'ט פאר די שכינה אליין.
צדיקים שטייען גרייט,
עס איז דאך שוין די העכסטע צייט.
זיי בעטן למענך עשה,
געוואלד געשריגן, עד מתי.
ביים כסא הכבוד, מיטן מלך דוד,
אט קומט שוין די בשורה,
מיט די אבות הקדושים גייט דער רבי זינגען שירה.
אוי אוי אוי...
עס איז אמת און קלאר,
נאך שנעלער ווי אן אויגנבליק.
מיט משיח געשווינד,
קומט דער רבי שוין צוריק.
אויפן הר הזיתים, תחיית המתים,
מיט גאנץ כלל ישראל,
וועלן מיר זיך טרעפן, הייליגער צדיק, נאכאמאל.
