דער צדיק וואו איז
יום טוב עהרליך
Original Track
לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך | אידישע אוצרות 2 - אברהם פריד (תשל"ג)
איי ליי לו לו לו לו, איי ליי לו לו לו לו,
זיצט זיך דער סאסובער, ביים קינד'ס וויגעלע,
איי ליי לו לו לו.
איך האב געטון דא פארביי גיין,
און דערהערט כ'האב א געוויין,
איך קום אריין, איך קוק זיך איין, ליגט א קינד אליין.
עס האט די אויגעלעך פארמאכט,
און די מאמע האט געטראכט,
איינס און צוויי, טון א גיי, הערן כל נדרי.
אין שול איז פול, און שפעט איז שוין די שעה,
און דארט, אויף זיין ארט, דער צדיק איז נישטא.
דער טאג איז אוועק, אן אומעט, א פחד, א שרעק.
די אויגן ביי אלע מיט טרערעלעך פול,
די ערטער שוין אלע פארנומען אין שול.
עס פעלט נישט קיין איד אין דער שפעטיגער שעה,
נאר דער צדיק, דער צדיק נישטא.
איי ליי לו לו לו לו,
שטייט זיך דער סאסובער ביים קינד'ס וויגעלע,
איי ליי לו לו לו.
ווישט דער צדיק אפ א טרער, וויגט די וויג אהין אהער,
שא מיין קינד, שלאף געשווינד, האב קיין מורא ניט.
אין שול דיין מאמע אויסגעצירט,
שטייט און בעט ביי דעם וואס היט,
זאל היטן דיר, זאל היטן מיר, זאל היטן יעדן איד.
אין שול איז פול, אין פענסטער איז שוין שווארץ,
ווער ווייסט, ווער ווייסט, עס קלאפט אזוי די הארץ.
וואס איז געשען, נאך קיינמאל אזוינס נישט געזען.
קוקן די אויגן צום הימל מיט שרעק,
דער צדיק, דער צדיק, וואו איז ער אוועק.
שווימט אויפן הימל א ווייסינקער רויך,
אפשר איז ער אין דער הויך.
איי ליי לו לו לו לו,
שטייט זיך דער סאסובער ביים קינד'ס וויגעלע,
איי ליי לו לו לו.
קוק מיין קינד, א ווייסער רויך,
ברענגט מלאכים פון דער הויך.
און מען זינגט, און מען ווינקט, און מען קוועלט אזוי.
זע ווי שפעט איז שוין די נאכט,
און דער גאנצער הימל ווארט,
דו זאלסט זיין שיין, און איך זאל גיין, זאגן כל נדרי.
דער צדיק וויל גיין, מאכט דאס קינד א געוויין,
נישט וויין, נישט וויין, איך וועל דיר נישט לאזן אליין.
גיט זיך דער צדיק א דריי,
און צום הימל ער גיט א געשריי.
ווי קאן מען א קינד לאזן וויינען אליין,
באשעפער, הער אויס דיינע קינדער'ס געוויין.
געלאזן אויף הפקר צו שאנד און צו שפאט,
מען טאר נישט פארלאזן זיי גאט.
