Download PDF

טאטע - רבי

ר' שלמה טויסיג

Original Track

טאטע - רביר' שלמה טויסיג5:43

די נשמה יעצט רייסט און עס וויינט,
איך ווייס שוין ליידער גוט וואס בענקשאפט מיינט.
איך בענק נאך מיין טאטן, די לעכטיגע צייטן,
וואס האט מיך מיין לעבן באשיינט.

זיין צדקות, זיין עבדות השם,
וואס איך האב אלע יארן געזען אינדערהיים.
אבער ליידער שקעה חמה, איבערגעלאזט די מאמע,
און די גאנצע משפחה פאריתומט און פארקלעמט,
א נחמה פון וואו מען נעמט.

דיין דאווענען, דיין תורה, די אלטע מסורה,
צו יעדע מצוה מיט אלע הידורים.
דיין חכמה ובינה, געלעבט מיט אמונה,
אפילו מיט די שווערסטע יסורים.

טאטע טאטע, וואו ביסטו וואו,
טאטע טאטע, וואו ביסטו וואו,
די נשמה, טהורה היא.
טאטע טאטע, וואו ביסטו וואו,
טאטע טאטע, וואו ביסטו וואו.
זכותו יגן עלינו, זכותו יגן עלינו.

די נר נשמה פלאקערט און ברענט,
אין בית המדרש עס וויינען די ווענט.
דער גאנצער ציבור, טראגט עס נישט איבער,
אזוי פילט יעדער וואס האט דיך געקענט.

דיין שמייכל, דיין צורה, דיין שיין,
פארן אייבערשטן אזוי זיך מקדש צו זיין.
אין בית המדרש נישט שמועסן,
האסטו וועלטן איינגעריסן.
א אמן, א קדיש, א ברכה,
דיינע שיעורי תורה והלכה.

דיין חריפות, דיין גאונות, געבענטשט מיט כשרונות,
פאר אידנס וועגן געטון אָן אויפהער.
דיין הארץ, דיין נחמה, פאר יעדע אידישע נשמה,
אזוינס וואס מען זעט שוין נישט מער.

יעדער וויינט:
רבי רבי, וואו ביסטו וואו,
רבי רבי, וואו ביסטו וואו,
דו ביסט דאך געווען דער נר לרגלי.

טאטע טאטע, וואו ביסטו וואו,
רבי רבי, וואו ביסטו וואו,
זכותו יגן עלינו, זכותו יגן עלינו.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection