Download PDF

ימים

ליפא שמעלצער

Original Track

ימיםליפא שמעלצער3:41

די ליכט פון די צדיקים באגלייטן,
צום דרך הישר א איד.
תורה און עבודה פארשפרייטן,
פון בעל שם טוב דאס קייטעלע מ'ציט.

אין פרייד אדער ווען ס'איז א צרה,
אין שורה מ'שטייט ביז גאר שפעט.
א קוויטל, מ'שרייבט אן הזכרה,
און דער רבי ביים בורא זיכער בעט.

און ווען מ'זאגט אויף א צדיק זכרונו לברכה,
טאר מען זיך אינגאנצן נישט פארלירן.
ווייל זיי לאזן נאך איבער אן המשכה,
אין ערליכע וועג זאל אונז פירן.

לְאוֹרָם לְאוֹרָם, נִסַע וְנֵלֵךְ,
וועלן מיר בקרוב שוין מארשירן.
באגלייטן יעדן צדיק ווי א מלך,
אנטקעגן משיח אונז פירן.

יָמִים עַל יְמֵי מֶלֶךְ תּוֹסִיף,
שנותיו כמו דור ודור.
יחי אדוננו מורינו ורבינו,
בעטן מיר, באשעפער, א תפילה.
לקבל משיח צדקנו,
און ברענגען אונז די גאולה.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection