Download PDF

משה רבינו

ליפא שמעלצער

Original Track

משה רבינוליפא שמעלצער4:58

Cover Tracks

S0462 - משה רבינו - ליפא שמעלצער5:02

אינמיטן פילע עבודה קשה,
האט זיך באקלערט דער פרעה רשע.
מ'דארף די אידן זינקען,
און דערטרינקען,
אין דעם טייך אריין.

ווייל א נבואות פון די שטערן,
ס'דארף א קינד געבוירן ווערן,
ער וועט אונז פירן, ווייזן,
און אויסלייזן,
אידן פון דעם פיין.

געווען א קינד אן אויפגעפאסטן,
מ'האט אים באהאלטן אין א קאסטן.
מיט פעך און ליים פארשמירן,
זיך נישט פרירן,
און נאס ווערן פון קעלט.

ווען פרעה'ס בתיה וויל גיין שווימען,
האט זי גאר לאנגע הענט באקומען.
זיך נישט געדארפט אנשטרענגען,
אים צוריק ברענגען,
לייכטן אויף דער וועלט.

און פון דעם קליינעם קאסטן האט געשיינט,
אן אורה, מורא, סחורה, תורה,
וואס נאכנישט געזען קיינמאל.
זאגן די שטערנזעער נאכאנאנד,
דער קליינער, פיינער, שיינער, ריינער,
וועט באלייכטן כלל ישראל.

די מצרים מיט די וואפן,
די אידן נאכגעלאפן,
ביז מ'האט געטראפן,
משה רבינו.

ער טוט די אידן וועקן,
מ'טאר זיך נישט דערשרעקן,
פון שלענגען ווערט א שטעקן.
ווייזט משה רבינו,
וַיַאֲמִינוּ בַּה' וּבְּמֹשֶׁה עַבְדוֹ.

פרעה, אידן שאדט ער,
ער ווערט אבער נישט פטור,
מיר האבן דאך א פאטער,
שיקט משה רבינו.

אזעלכע צעקות,
פרעה מיט די מכות,
אידן ווי געשמאק איז,
דורך משה רבינו,
וַיַאֲמִינוּ בַּה' וּבְמֹשֶׁה עַבְדוֹ.

רבינו, אונזער פאסטוך,
שוין צוריקקומען דו דארפסט דאך.
דער רועה צאן,
וואו ביסטו שוין,
אט אט, הנה זה בא.

דו וועסט אונז מיט אמונה האלטן,
פונקט ווי געווען ביים ים סוף שפאלטן.
געזען דיין צורה,
געזונגען שירה,
כִּי גָאֹה גָאָה.

זֶה קֵלִי וְאַנְוֵהוּ,
שטייען, רייען, און זיי שרייען,
פונקט ווי דאן אויך היינט, ווי ניי.
אֱלוֹקֵי אָבִי וַאֲרוֹמְמֶנְהוּ,
א מורא, אורה, סחורה, תורה,
פונקט ווי דאן ביים בארג סיני.

ס'איז יעדער ביכולת,
רוֹאִים אֶת הַקוֹלוֹת,
אידעלעך ווי וואויל איז,
מיט משה רבינו.

אן ערליכע הכנה,
א העכערע כוונה,
די תורה די מתנה,
דורך משה רבינו,
וַיַאֲמִינוּ בַּה' וּבְמֹשֶׁה עַבְדוֹ.

מיר ווארטן דאך כסדר,
טויזנט יארן ליידער,
וואו איז שוין די חדר,
פון משה רבינו.

מער נישטא קיין קלעמען,
אלעס אוועקנעמען,
משה עבד נאמן.
וואו איז משה רבינו,
וַיַאֲמִינוּ בַּה' וּבְמֹשֶׁה עַבְדוֹ.

בקרוב וועט מען שוין דערלעבן,
אן אורה, תורה, מער נישט מורא,
פון דעם עול הגלות דא.

און משה וועט א שיעור אונז געבן,
תורה, סחורה, אויך דער בורא,
לערנט אויך די שיעור, שעה נאך שעה.

ס'איז קיינער נישט מגושם,
לעכטיגע פירושים,
דערהויבענע חידושים,
זאגט משה רבינו.

און יעדער מי שטרח,
גמרא, שולחן ערוך,
יבוא ויתברך,
בענטשט משה רבינו,
וַיַאֲמִינוּ בַּה' וּבְמֹשֶׁה עַבְדוֹ.

אזוי הערליך ווי איז דאס,
אונזערע עתידות,
אלעס איין חסידות,
איין רבי, רבינו.

פירן טיש ברינה,
אויבן אן די שכינה,
יעדער מיט אמונה,
גלייבט משה רבינו,
וַיַאֲמִינוּ בַּה' וּבְמֹשֶׁה עַבְדוֹ.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection