Download PDF

צווישן קאסוב און קיטוב

Original Track

צווישן קאסוב און קיטוב4:53

צווישן קאסוב און קיטוב,
איז א בריקעלע פארהאנען,
איז א בריקעלע פארהאנען,
וואו דער בעל שם, וואו דער הייליגער בעל שם,
איז שפאצירן געגאנגען.

צווישן קאסוב און קיטוב,
איז א וועלדעלע פארהאנען,
איז א וועלדעלע פארהאנען,
וואו דער בעל שם, וואו דער הייליגער בעל שם,
איז זיך מתבודד זיין געגאנגען.

צווישן קאסוב און קיטוב,
איז א וואסערל פארהאנען,
איז א וואסערל פארהאנען,
וואו דער בעל שם, וואו דער הייליגער בעל שם,
איז זיך טובל'ען געגאנגען.

צווישן קאסוב און קיטוב,
איז א מערה'לע פארהאנען,
איז א מערה'לע פארהאנען,
וואו דער בעל שם, וואו דער הייליגער בעל שם,
איז מייחד יחודים זיין געגאנגען.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection