רבי ר׳ אלימלך
ליפא שמעלצער
Original Track
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן.
רבי ר׳ אלימלך, בעט אצינד,
רפואות און ישועות מיט געזונט.
בזכות פון ר׳ אלימלך פון ליזענסק,
זכר צדיק לברכה.
פועל׳טס אויס אלעס גוטס,
און בעטס אויס אלעס גוטס,
בזכות פון דעם הייליגן צדיק.
הייליגער צדיק, רבי ר׳ אלימלך,
געב א שאקל אין די עולמות העליונים,
מיט אלע צדיקים, די גרויסע גאונים.
און געב א געשריי, ביים כסא הכבוד,
געוואלד, ווען קומט שוין משיח בן דוד,
פועל אויס א ישועה פאר גאנץ כלל ישראל.
גענוג מיט די צרות,
לייז אונז אלע אויס פון דעם גלות,
צוזאמען מיט דיר, שוין גיכער און שנעל.
בזכות פון ר׳ אלימלך פון ליזענסק,
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן.
רבי ר׳ אלימלך, בעט אצינד,
רפואות און ישועות מיט געזונט.
בזכות פון ר׳ אלימלך פון ליזענסק,
זכר צדיק לברכה.
פועל׳טס אויס אלעס גוטס,
און בעטס אויס אלעס גוטס,
בזכות פון דעם הייליגן צדיק.
מכאן ואילך, נאר זיין פרייליך,
ווייל דער צדיק, רבי ר׳ אלימלך,
וועט פאר אידן זיכער פועל׳ן אלעס גוטס.
