Download PDF

שופר של משיח

יאסעלע ראזענבלאט

Original Track

שופר של משיחיאסעלע ראזענבלאט4:11

נישט ווייט צו גיין, קען איעדער זען,
ווי אונטער א שטיין, אין א טיפער הייל,
ליגט דארט דער קרוין, לאנגע יארן שוין,
פון אונזער דוד, מלך ישראל.

אוי, דוד דוד, שטיי אויף פון דיין שלאף,
געטרייער פאסטוך, זאג וואס איז צו טאן.
זע ווי מען שלאכטעט אויס דיינע שאף,
און קיינער נעמט זיך פאר זיי נישט אן.

אבער אז מען וועט הערן דעם שופר של משיח, יא,
וועט ער אויפשטיין פון זיין קבר גיך, יא.
און וועט זיך זעצן אויף זיין שטול,
ער וועט געבן אויף זיין פידעלע א שפיל.

און אויף דער מינוט, וועט זיך געבן א רוק,
פילע מוזיקאנטן.
און איעדער איד, וועט זינגען דאס ליד,
פון תהלים דעם באקאנטן.

און אלע קראנקע, קומען אלע,
אויפשטיין פון די בעטלעך.
די גרינע וואלד, וועט קומען באלד,
און קלאפן מיט די בלעטלעך.

און דוד המלך, מיט זיין פידעלע,
וועט אונז זינגען, א שיינע לידעלע,
און דוד המלך, מיט די פידעלע,
וועט אונז זינגען, א שיינע לידעלע,
קומט מיט מיר און טאנצט מיט מיר,
צו דעם לעבעדיגן גאט,
קומט מיט מיר און טאנצט מיט מיר, צו דעם לעבעדיגן גאט.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection