תנועה'לע
שלום לעממער
Original Track
תנועה'לעשלום לעממער4:42
אויפן וועג אהיים,
צוזאמען ביים רבי׳ן פארברענגט.
אויפן וועג אהיים,
השפעות אונז געשענקט.
יעצט בין איך איינער אליין,
אוי, מיין הארץ עס בענקט.
יעצט בין איך איינער אליין,
אבער דעם תנועה איך געדענק.
אה אה אה... שלום.
ס’קומט א שווערע צייט,
פון באשעפער אזוי ווייט.
ס’קומט א שווערע צייט,
נסיונות פון יעדע זייט.
ביים עמוד איינער אליין,
זע איך מיין רבי שטיין.
ביים עמוד איינער אליין,
זינגט זיך דעם תנועה מלא חן.
אה אה אה... שלום.
איי איי איי דעם תנועה׳לע,
אפילו ווען איך בין ווייט.
איי איי איי דעם תנועה׳לע,
עס ווארעמט אן מיין הארץ.
אה אה... אה... שלום.
