אוי חנוכה

Original Track

אוי חנוכה1:20

אוי חנוכה, אוי חנוכה, א יום טוב א שיינע.
א לוסטיגע, א פרייליכע, נישט דא נאך אזיינע.
אלע נאכט מיט דריידעלעך שפילן מיר,
הייסע פרישע לאטקעס עסן מיר אן א שיעור.

קומטס קינדער, געשווינדער,
די חנוכה ליכטעלעך אנצינדן,
זאגט על הנסים,
און דאנקען פאר די נסים,
און לאמיר אלע טאנצן אין ראד.

יהודה האט פארטריבן דעם רשע דעם רוצח,
און האט אין בית המקדש געזונגען למנצח.
די שטאט ירושלים האט ווידער אויפגעלעבט,
און צו א נייע לעבן האט יעדער איד געשטרעבט.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection