איי לי לו לו לו
יאסעלע ראזענבלאט
Original Track
איי לי לו לו לויאסעלע ראזענבלאט2:57
איי לי לו לי לו, איי לי לו לי לו,
איי לי לו לי לו לי לו לי, איי לי לו לי לו.
שלאף שוין, מיין טייער פייגעלע,
מאך שוין צו דיין כשר אייגעלע.
שלאף שוין, שלאף, אין זיסער רו,
איי לו לו לו לו לו לו.
שלאף דורך די גאנצע נאכט,
איבער דיין קעפעלע א מלאך וואכט.
מאך שוין דיינע אייגעלעך צו,
איי לי לו לי לו.
טייבעלעך, הינדעלעך, פייגעלאך,
ציגעלעך, קעלבעלעך, שאף און רינדער,
שלאפן און רוען יעצט אלע ביינאכט,
ווי די קליינע קינדער.
שלאף שוין, מיין פייגעלע,
מאך שוין צו דיין אייגעלע.
איך בין שוין מיד אצינד.
שלאף, לו לו, שלאף, שלאף שוין.
שלאף, אט גיי איך רופן דאס בערעלע.
איי לי לי לי לו לו, איי לי לי לי לו לו לו, איי לו,
שלאף, מיין קינד, לו לו.
