Download PDF

די מאמע רחל

יונתן שווארץ

Original Track

די מאמע רחליונתן שווארץ8:09

לחן: ר' משה גאלדמאן | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטער איד (תשס"ו)

יעקב אבינו, על פי הדיבור האט געוואוסט,
אין בית לחם דיך צו לייגן דארט.
ווייל ווען א מאמע וויינט און טרערן זי פארגיסט,
קומט עס אן אויפן ריכטיגן ארט.

ס'וועט קומען א צייט, וואס אידן וועלן דורכגיין,
ווען מ'וועט זיי אין גלות פארטרייבן.
וועלן זיי וויינען, מיט א ביטערן געוויין,
ביים 'קבר רחל' שטיין בלייבן.

און בעטן קוֹלִי שְׁמַע, וּרְאֵה דֶמַע,
זיי וועלן דארטן וויינען און שרייען.
ביז וועסט פון קבר אויפשטיין,
צום גרויסן טאטן גיין,
ביז מ'וועט זיי פון גלות באפרייען.

ווייל א מאמע'ס געוויין,
קען נישט פארלוירן גיין,
אזוי זאגט דאך צו דער רבונו של עולם.
ס'וועט קומען די נחמה,
ווייל קוֹל בָּרָמָה,
וְשָׁבוּ בָּנִים לִגְבוּלָם.

דער סדר פון א שטיין, ווען וואסער אויף דעם רינט,
צוביסלעך גייט די שטיינדעלע צוגרונד.
וואס מער וואסער גייט, אויף דעם נאך און נאך,
ווערט אין דעם שטיין א גרעסערע לאך.

שוין אזויפיל יארן, וואס טרערן מיר פארגיסן,
מיר קומען זיך מיט דיר, מאמע, דורכשמועסן.
טרערן ווי וואסער, פארגיסט מען אן א שיעור,
און דיין שטיין געט זיך נאך אלץ נישט קיין ריר.

מיר בעטן קוֹלִי שְׁמַע, וּרְאֵה דֶמַע,
ווילאנג וועלן מיר נאך וויינען און שרייען.
ביז וועסט פון קבר אויפשטיין,
און צום גרויסן טאטן גיין,
ביז מען וועט אונז פון גלות באפרייען.

ווייל א מאמע'ס געוויין,
קען נישט פארלוירן גיין,
אזוי זאגט דאך צו, דער רבונו של עולם.
לִפְעוּלָתֵךְ יֵשׁ שְׂכַר,
מיין קינד, איך זע דיין צער,
וְשָׁבוּ בָּנִים לִגְבוּלָם.

הייליגער באשעפער, קוק ווי מיר ליגן,
מיר פאלן מִדֶחִי אֶל דֶחִי.
איז פארוואס טוסטו אונזער מאמע בארואיגן,
און דו זאגסט איר מִנְעִי קוֹלֵךְ מִבֶּכִי.

לאז די מאמע וויינען, כִּרְצוֹנֶיהָ,
ווילאנג זי וויינט האבן מיר נאך א שטיקל טרייסט.
רחל מבכה על בניה,
ביז מיר וועלן ווערן אויסגעלייזט.

זאל זי בעטן קולי שמע, וראה דמע,
צוזאמען מיט אונז וויינען און שרייען.
ביז זי וועט פון קבר אויפשטיין,
און צום גרויסן טאטן גיין,
ביז מ'וועט אונז שוין פון גלות באפרייען.

ווייל א מאמע'ס געוויין,
קען נישט פארלוירן גיין,
אזוי זאגט דאך צו, דער רבונו של עולם.
לִפְעוּלָתֵךְ יֵשׁ שְׂכַר,
מיין קינד, איך וויין מיט דיין צער,
וְשָׁבוּ בָּנִים לִגְבוּלָם.

מיין קינד, מיין קינד, ס'איז נישט שפעט,
איך האב געהערט דיין געבעט.
איך זע דיינע יסורים,
נְהִי בְּכִי תַמְרוּרִים.

מיין נישט אז דו ביסט אליין,
ווען דו קומסט צו מיין שטיין,
צום גרויסן טאטן טו איך גיין,
מיט א ביטערן געוויין.

מיין קינד, מיין קינד, אזוי געטריי,
איך האב געהערט דיין געשריי,
אמת, אוי אמת, אוי אמת.

איך זע דיין ביטער פלאג,
איך וויין מיט דיר א יעדן טאג,
אמת, אוי אמת, אוי אמת.

איך שטיי ביי דיין וויגל,
לעבן מיר א קריגל,
אמת, אוי אמת, אוי אמת.

איך נעם צאם דיינע טרערן,
וועסט אויסגעלייזט ווערן,
אמת, אוי אמת, אוי אמת.
וְשָׁבוּ בָּנִים לִגְבוּלָם, אמת.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection