Download PDF

וויין מאמע וויין

מונה ראזנבלום

Original Track

וויין מאמע ווייןמונה ראזנבלום9:26

Cover Tracks

S0494 - וויין מאמע וויין - מונה ראזנבלום9:26

ואני בבואי מפדן, אינמיטן וועג דארט,
נעבן בית לחם רוט א טייערע הייליגע ארט,
א קליין געצעלט וואו עס גיסן זיך טרערן בְּשַׁעַת צַעַר, בְּשַׁעַת מָחוֹל.

נישט ווייט פון ירושלים עיר הקודש,
יעדן י"א מרחשון, ערב יום טוב און ראש חודש,
קומען אידן זיך אויסוויינען ביי די מאמע רחל.

מיט יארן צוריק, אין א טאג א שיינעם,
איז ר' חיים שמואלעוויטש, דער מירער ראש ישיבה,
מיט תלמידים אינאיינעם,
אריין דארט אהין, זיך גענומען בעטן, וְקוֹלוֹ גוֹבֵר וְהוֹלֵךְ.

ר' חיים ברעכט אויס אין א ביטער געוויין,
געטרייע טייערע מאמע,
האסט דאך זיכער געהערט
די בקשה פון רבונו דעלמא,
ווי ער בעט דיר, רחל רחל, מִנְעִי קוֹלֵךְ מִבֶּכִי.

אבער איך חיים, דיין ליב קינד, זאג דיר,
וויין מאמע וויין,
בְּעַד עַמֵךְ רַחֲמִים שַׁאֲלִי,
לִפְנֵי מֶלֶךְ בּוֹרֵא נֶפֶשׁ כָּל חַי.
אוי וויין מאמע וויין,
שַׁעֲרֵי דְמָעוֹת לֹא נִנְעֲלוּ,
שֶׁיֹאמַר לְצָרוֹתֵינוּ דַי.

טייערע מאמע, רַבּוֹת בָּנוֹת עָשׂוּ חָיִל וְאַתְּ עָלִית,
ווילאנג וועלן אידישע קינדער
נאך וואנדערן מגלות לגלות.
פון מצרים, בבל, ביז ווארשע הבירה,
שְׂאוּ עֵינַיִךְ וּרְאוּ שֶׂה פְּזוּרָה,
זאל מער נישט וויסן פון קיין צער, פון פֶּצַע וַחֲבּוּרָה.

אידישע קינדער ווילן דאך קומען
בעטן ביי די מאמע בתחנונים,
נאך ביי יוסף הצדיק, ביים בן זקונים.
אבער אנקומען אהין איז נישט יעדער זוכה,
און אויף די גאנצע וועלט אֵין פּוֹצֶה פֶּה וּמוֹחֶה,
און דער גאון רבי חיים איז מְצַעֵק וּבּוֹכֶה.

וויין מאמע וויין,
בְּעַד עַמֵךְ רַחֲמִים שַׁאֲלִי,
לִפְנֵי מֶלֶךְ בּוֹרֵא נֶפֶשׁ כָּל חַי.
אוי וויין מאמע וויין,
שַׁעֲרֵי דְמָעוֹת לֹא נִנְעֲלוּ,
שֶׁיֹאמַר לְצָרוֹתֵינוּ דַי.

ס'איז דאך זיכער אמת און וואר,
ווי אין פסיקתא שטייט געשריבן קלאר,
אז רחל אמנו ליגט באערדיגט אין בית לחם על פי הדיבור.

יעקב אבינו האט גע'טענה'ט
מיינע קינדער וועלן ארויסגיין צום גולה
און וועלן מתפלל זיין אין צייט פון שמחה
אדער חלילה אויף א חולה,
און רחל וועט שטיין פארן אויבערשטן ווי א שליח ציבור.

פאר א מאמע דערציילט מען גוטע בשירות
מיט געזאנגען געפיל,
פאר א מאמען אנטפלעקט מען יעדע צער
אין אויער אריין שטיל,
און די מאמע בעט זיך, מיט טרערן, מיט ווארעמקייט מיט הארץ.

רחל אמנו האט דאך געבעטן רחמים פון באשעפער,
געשריגן א געוואלד,
און זיין רחמנות האט זיך ערוועקט באלד,
און געזאגט פאר דיינעט וועגן, רחל,
ברענג איך זיי צוריק צו זייער פלאץ.

אוי טייערע מאמע,
ס'איז דאך אודאי א גוטע סברה,
ווער נאך ווי דיר פארשטייט,
וואס מיינט אן אשה עקרה.
וועסט דאך זיכער אויסבעטן פאר די וואס זיצן בצער,
אבינו מלכינו פתח לנו שער,
ווען וועלן מיר שוין א הערן א קינד'ס געוויין, והנה בוכה הנער.

אוי, טייערע מאמע,
ס'איז שוין פונלאנג נישט קיין חידוש,
אז א מאמע שטייט עלנד אליין
ביי הבדלה און קידוש,
און די קינדער פרעגן העוד אבינו חי,
יתגדל ויתקדש שמיה,
טאטע אין הימל הבט משמים וראה.

טייערע מאמע, קורא לך מצפה,
זאלסט וויינען און בעטן ביים מלך מרפא,
זאל שוין רחמיך על עמך מתגוללים?
סומך נופלים ורופא חולים,
בפרט די מחלה הנוראה, ביי קטנים עם הגדולים.

מיר וועלן נישט פארגעסן צו בעטן חלילה וחס,
אויפ'ן צער השכינה, גלות הדעת,
רחל איז א סימבאל פון צניעות,
שטייט אין מסכת מגילה.

לאמיר בלייבן בד' אמות של הלכה,
זיך פירן בתוך אמונה עם סגולה,
זיך נישט בייגן פאר די מאדערנעזאציע,
נאר גיין בדרך הסלולה.

מאמע, על פרשת דרכים,
ווען ארובות השמים נפתחים,
פאר אידישע קינדער פרנסה נאר מיט רווחים,

פרנסה וכלכלה, בלי מכשול ותקלה
ישועות ונחמות על כוס יין מלא,
בקרוב בימינו מיט משיח צדקנו,
נישט צער ויגון, ניין ניין, אוי ניין.

מיטן בעסטן פארגעניגן,
ששון ושמחה ישיגון,
ואמר כל העם אמן ואמן.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection