Download PDF

מאמע

מיכאל שניצלער

Original Track

מאמעמיכאל שניצלער9:16

אין 1943, דער טאטע שוין אוועקגעפירט
אין מונקא-טאבער,
יעצט נעבעך איז געקומען די רייע
אויף די קינדער און די ווייבער.
א דערשראקענע מאמע אויף די גאס
אין קראקע שפאצירט זי,
דעם קליינעם משה’לע, צום גרויסן בארטן פירט זי.

מיט די לעצטע שיף אפצושיקן
קיין ארץ ישראל, זיין עולה רגל,
אפצוראטעווען איר קליינעם קינד, דעם לעצט-פארבליבענעם שעפעלע, פון די נאצישע נעגל.

אויף דעם קליינעם שיפעלע דעם האלצערנעם,
גייט משה’לע ארויף מיט שרעק,
נאך איינמאל מיט ליבשאפט ארומגענומען וואלט זינ’אים, פאר די שיף פארט אויף אייביג אוועק.

פון די דייטשן, שנעל ער גייט שוין,
איר הארץ שיקט זי מיט.
טייער קינד, בלייב מיר געזונט,
געדענק דו ביסט א איד.

אבער ווער וועט זיין מיין מאמע,
וויינט ער מיט דראמא,
אז דו לאזט מיך דא איבער אליין ביים בארטן.
אוי משה’לע, מיין שעפעלע, א נייע מאמע,
וועסטו האבן אין ארץ ישראל דארטן.

א מאמע, א מאמע,
וואס וועט דיר זארגן און בעטן ביים כל יכול,
זוך איר ווען אנקומען דו גייסט,
פארגעס נישט ווי דיין נייע מאמע הייסט,
זי הייסט מאמע רחל.

מיט זכרונות פון זיין יוגנט א גאנצע בינטעלע,
פארט משה’לע א פארקלערטער.
די שיף אויפן ים ווי א קליינע שווארצע פינטעלע,
אלץ קלענער און ווייטער ווערט ער.

אוי די מאמע, ביים הארץ רייסט זי,
מיט א האנט צו דעם שיפעלע ווייזט זי.
א שטילקייט, די כוואליעס מאכן א קליין גערוישעלע,
די לעצטע מאל וואס די מאמע האט געזען איר משה’לע.

די קליינע שיפעלע פארט און פארט אָן פארהאנקערן,
נאך דריי א האלב וואכן טוט זי
ביים בארטן פון ארץ ישראל אנקערן.
משה’לע טרעפט דעם ערשטן איד
מיט א הדרת פנים וזקן חתימות,
און פרעגט אים מיט תמימות.

אפשר ווייסט איר וואו איז מיין מאמע רחל.
יא, מיין קינד, ענטפערט דער איד,
דארט ווייט, קוק צו.
אינמיטן וועג אין בית לחם, די מאמע רחל ליגט זי.

משה’לע, מיט שנעלע טריט,
מיט א צעבראכן הארץ, ווייעדיג,
גייט אריין אין קבר רחל, קיינער איז נישט דארט.
ס’איז שטיל, ס’איז ליידיג,
ער קוקט אהין, ער קוקט אהער,
און מיט א טרער.

איינער, איינער אליין,
אזוי יונג און קליין,
ביי מאמע רחל שטיין.
איינער, עלנד אליין,
אומשולדיג ריין,
שרייט ער מיט געוויין.

אוי אוי אוי אוי מאמע,
אוי אוי אוי אוי מאמע,
אוי אוי אוי אוי מאמע,
וואו ביסטו, מיין מאמע.

אוי אוי אוי אוי מאמע,
אוי אוי אוי אוי מאמע,
אוי אוי אוי אוי מאמע,
וואו ביסטו, מיין מאמע.

וויינ'זשע מאמע, וויינ'זשע מאמע, מאמע רחל,
שטייט פאר דיר משה’לע, דיין טייער קינד.
וויינ'זשע מאמע, וויינ'זשע מאמע, מאמע רחל,
קוק ווי מיין הייסע טרערעלעך רינט.

זאג'זשע מיר מאמע, זאג'זשע מאמע, מאמע רחל,
וואו געפינט זיך מיין עכטע מאמע,
אויף וועלכן ארט דאסמאל.
זאג'זשע מאמע, זאג'שע מאמע, מאמע רחל,
צי האט זי פארגעסן פון משה’לע, איר יתומל.

אוי מיין קינד, דיין מאמע יעצט נעבן מיר דא,
ביים כסא הכבוד שטייט זי.
זי וויינט און איך וויין מיט, מיט איר דא,
פאר דיינעטוועגן שרייט זי.

אוי משה’לע, מיין קינד,
איך בענק נאך אים און איך באוויין אים,
בקרוב אינגיכן וועל איך דיר טרעפן מיט משיחן,
מיט מאמע רחל אינאיינעם.

ואני בבואי מפדן,
פארטריבן פון נבוזראדן,
מיט ווייטאג און מיט ליידן.
קיין בית לחם וועלן זיי גיין,
מיט זייערע ווייען,
און פאר דיר שרייען.

אוי אוי אוי אוי מאמע,
אוי אוי אוי מאמע,
אוי אוי אוי מאמע,
וואס שלאפסטו, אונזער מאמע.

וויינ'זשע מאמע, וויינ'זשע מאמע, מאמע רחל,
רָחֵל מְבַכָּה עַל בָּנֶיהָ.
וויינ'זשע מאמע, וויינ'זשע מאמע, מאמע רחל,
מֵאֲנָה לְהִנָחֵם.

ווי קען א מאמע צוקוקן דעם גרויסן צער,
פון אירע קינדערלעך, אירע שאף.
קום ארויס פון דיין באהעלטעניש דערפאר,
שטיי אויף פון דיין לאנגע שלאף.

אוי מאמע, וויין מאמע,
דער באשעפער טוט דיין קול צוהערן,
מִנְעִי קוֹלֵךְ,
אין דעם זכות טאקע אזוי וועל איך,
מיינע קינדערלעך צוריקקערן.

אוי אוי אוי אוי מאמע,
אוי אוי אוי אוי מאמע,
אוי אוי אוי אוי מאמע,
אט אט טרעפן מיר דיך, יא יא.

אוי אוי אוי אוי מאמע,
אוי אוי אוי אוי מאמע,
אוי אוי אוי אוי מאמע,
אֵם הַבָּנִים שְׂמֵחָה, הַלְלוּקָהּּ,
הַלְלוּקָהּּ.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection