Download PDF

מאמע רחל

שלומי דאסקאל

Original Track

מאמע רחלשלומי דאסקאל6:25

Cover Tracks

S0497 - מאמע רחל - MBD
S0497 - מאמע רחל - מרדכי בן דוד

לחן: אבי ראטענבערג | מילים: ליפא שמעלצער | מיט א אידישען טעם (תשס"ח)

די זון לייכט און שיינט, אין איר חופה טאג,
זי קוקט צום הימל דאס מאל.
אזא חתן, יעקב, איך פארמאג,
מיט אים גיי איך בויען כלל ישראל.

ווען די נאכט איז דא, האט זיך אלעס פארדרייט,
די אנדערע כלה מען באגלייט.
נישט געקוקט איר זייט, איר צעשטערטע פרייד,
נאר נישט לאזן איר שוועסטער פארשעמטערהייט.

מאמע רחל, וויין נאכאמאל,
טרערן זאלסטו גיסן אן א צאל,
בעטן פון באשעפער אין הימל בקול רם.
מאמע רחל, וויין נאכאמאל,
טרערן זאלסטו גיסן פאר ישראל,
בזכות דעם וְשָׁבוּ בָּנִים לִגְבוּלָם.

אויף א זייטיג וועג,
אין בית לחם דארט,
אויף אייביג עלנד אליין,
ווייל איר צער און פיין,
פון א יעדן סארט,
וועלן אידן צו איר קבר גיין.

מיט געבעט, געוויין,
רייסט זי איין ביז היינט,
כ'האב אויף לאה רחמנות געהאט.
האב דו אויך געפיל,
און הער שוין די שריי,
פון מיינע קינדערלעך,
אין די שווערע צייט.

מאמע רחל, וויין נאכאמאל,
טרערן זאלסטו גיסן אן א צאל,
בעטן פון באשעפער פאר אונז בקול רם.
מאמע רחל וויין נאכאמאל,
טרערן זאלסטו גיסן פאר ישראל,
בזכות דעם וְשָׁבוּ בָּנִים לִגְבוּלָם.

דער קול איז שטיל,
אויך אין צער אין קלעם,
מִנְעִי קוֹלֵךְ מִבֶּכִי,
ווייל דו ווייסט אז עס איז,
די רצון השם,
דאך בעטן מיר דיר,
פאר אונז טו.

דיין דערשראקן קינד,
גיסט א טרער נאך א טרער,
נאר אמונה האלט אונז צוזאמען,
מען האפט מען גלייבט מען שרייט,
מאמע הער,
ווער נאך פארשטייט ווי א מאמע.

מאמע רחל וויין נאכאמאל,
טרערן זאלסטו גיסן אן א צאל,
בעטן פון באשעפער פאר אונז בקול רם.
מאמע רחל וויין נאכאמאל,
טרערן זאלסטו גיסן פאר ישראל,
בזכות דעם וְשָׁבוּ בָּנִים לִגְבוּלָם.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection