מאמע רחל
מרדכי ווערדיגער
Original Track
פארנדיג אהיים מיט א משפחה גרויס,
יעקב מיט די שבטים אויסגעשטעלט.
קוים לעבעדיג פון עשו און פון לבנ’ס הויז,
די שענסטע משפחה אויף דער וועלט.
א ביימל אויפן וועג, אונטער א גרויסן שטיין,
באהאלטן מאמע רחל דארט אליין.
אירע קינדער פול מיט צרות, קומען קליין און גרויס,
ביי א מאמען פועלט מען שנעלער אויס.
קינדערלעך, אייערע תפילות טוען גרייכן,
זאגט צו אונז די מאמע אליין.
די טרערן ווי בריליאנטן אלע לייכטן,
אייער אמונה און בטחון מלא חן.
און יעדע אידישע קינד,
וועט שיינען ווי די זון,
אין בית המקדש בשמחת עולם.
הערשט דאן וועט איר פארשטיין,
ס’איז לטובה אלץ געווען,
וְשָׁבוּ בָּנִים לִגְבוּלָם.
מאמע, מאמע, בעט פאר אונז רחמנות שוין,
מ’האט דאך דיר געשוואוירן אויף דעם.
יֵשׁ שָׂכָר לִפְעֻלָתֵךְ, דאס איז דיין באלוין,
פארגעס נישט, הַר צִיוֹן שֶׁשָׁמֵם.
א סוף שוין צו דעם גלות, אוי דעם ביטערן,
משיח שטייט און וויינט דאך ביי די טיר.
פון צער, פון גרויס בענקשאפט, טוט ער ציטערן,
מאמע, וויפיל איז דער שיעור.
קינדערלעך, אייערע תפילות טוען גרייכן,
זאגט צו אונז די מאמע אליין.
די טרערן ווי בריליאנטן אלע לייכטן,
אייער אמונה און בטחון מלא חן.
און יעדע אידישע קינד, וועט שיינען ווי די זון,
מיט די שכינה הקדושה בשמחת עולם.
הערשט דאן וועט איר פארשטיין,
ס’איז לטובה אלץ געווען,
וְשָׁבוּ בָּנִים לִגְבוּלָם.
