Download PDF

אברהם מיט תרח

יונתן שווארץ

Original Track

אברהם מיט תרחיונתן שווארץ7:07

לחן: ר' משה לויפער | מילים: ר' יונתן שווארץ | אין א גוטע שעה (תשנ"ו)

דאס ווייסן מיר גרויסע און קליינע,
ס'איז דא נאר איין גאט.
שמע ישראל השם אלוקינו,
אלוקינו השם אחד.

אברהם אבינו, דער ערשטער פון די אבות,
האט אויפגעטון דְבָרִים נִשְׂגָבוֹת.
ווען ער איז אלט געוועזן דריי יאר,
איז ער שוין געווען א קדוש וטהור.

מיט זיין שכל פארשטאנען ער האט,
אויף די וועלט איז דא נאר איין גאט.
ער האט געזען מיט אויגן קלארע,
זיין טאטע דינט דאך נאר עבודה זרה.

זיין טאטע תרח האט א ביזנעס געמאכט,
פאבריצירט געטשיקעס בייטאג און ביינאכט.
גוים פלעגן קומען צו לויפן,
נאך און נאך געטשיקעס צו קויפן.

אברהם זאגט, טאטע, צו וועמען טוסט דיך בוקן,
א געטשיק וואס האט אויגן און קען נישט קוקן.
טאטע טאטע, פאר וועמען טוסטו שטיין,
ער האט פיס און ער קען נישט גיין.

טאטע טאטע, וואס טויג דיר דיין לויב,
צו א געטשיק וואס האט אויערן און ער איז טויב.
טאטע טאטע, ער קען גארנישט אנכאפן,
ער האט הענט און ער קען נישט טאפן.

טאטע טאטע, וואס דינסטו צו א גולם,
אנשטאט דעם באשעפער, דעם בורא עולם.
ס'איז דא איין באשעפער און ער איז אומעטום,
השם הוא האלוקים.

דאס ווייסן מיר גרויסע און קליינע,
ס'איז דא נאר איין גאט.
שמע ישראל השם אלוקינו,
אלוקינו השם אחד.

עס האט אמאל אזוי פאסירט,
תרח האט פון הויז ארויסשפאצירט.
אזוי ווי תרח איז ארויס,
איז אברהם אריין אין די הויז.

ער האט געכאפט א גרויסן האק,
אלע געטשיקעס געגעבן א צעקנאק.
פארן גרעסטן געטשיק, פאר דעם גרעסטן העלד,
האט ער דאס האק אוועקגעשטעלט.

ווי זיין טאטע תרח האט דאס דערזען,
ער פרעגט, אברהם, וואס איז דא געשען.
זאג מיר נאר, מיין טייערער זון,
ווער האט עס געטון.

אברהם זאגט, טאטע, דו מוזט פארשטיין,
דאס האט געטון דער גרויסער געטשיק אליין.
דיינע געטשיקעס וואס זענען אזוי טייער,
געוועזן זענען הונגעריג זייער.

צו העלפן בין איך זיי געוועזן מסוגל,
איך האב זיי געברענגט פלייש מיט קוגל.
ס'איז גלייך געווארן גאר א גרויסע קריג,
דער גרויסער געטשיק שרייט, ס'איז נישט גענוג.

דער גרויסער געטשיק פרעגט נישט קיין שאלות,
ער וויל דאך אליין אויפעסן אלעס.
האט ער געכאפט דעם האק און געהאקט,
די קליינע געטשיקעס צעקנאקט.

תרח זאגט, וואס רעדסטו מיר איין,
וויאזוי איז מעגליך ס'זאל אזוינס זיין.
אזא זאך קען דאך קיינמאל נישט פאסירן,
די געטשיקעס קענען זיך נישט רירן.

אברהם זאגט, טאטע, דו זעסט זיי זענען קלעצער,
פארלאזט מען דען דעם בורא שמים וארץ.
ס'איז דא איין באשעפער און ער איז אומעטום,
השם הוא האלוקים.

דאס ווייסן מיר גרויסע און קליינע,
ס'איז דא נאר איין גאט.
שמע ישראל השם אלוקינו,
אלוקינו השם אחד.

תרח האלט נישט אויס מער,
מיט אברהם ווערט די ביזנעס שווער.
תרח האט זיך שנעל צוגעאיילט,
צו נמרוד'ן געלאפן און דערציילט.

תרח איז נמרוד'ן מגלה,
אברהם מאכט מיר די ביזנעס קאליע.
מיינע קונים זאגט ער, ס'איז דא איין גאט,
די ביזנעס ווערט אינגאנצן באנקראט.

נמרוד זאגט, אז דער באשעפער איז טייער,
זאל ער קומען אים ארויסנעמען פון פייער.
נמרוד האט נישט קיין סאך געטראכט,
א קאלעך אויוון האט ער געמאכט.

נמרוד מיט זיין רשעות האט גלייך אזוי געטון,
ער האט אברהם אריינגעווארפן דערין.
ער האט געטראכט אז אין יענעם מאמענט,
אברהם אבינו ווערט גלייך פארברענט.

אברהם שפאצירט, אלע קענען זען,
ער ווערט נישט אפגעבריט, ס'איז גארנישט געשען.
ער בלייבט גאנץ מיט די זעלבע חיות,
ס'בלייבט גאנץ די בארד און פיאות.

אלע פעלקער האבן דעמאלטס געזאגט אזוי,
אין כאלוקינו, אין עוד מלבדו.
יעדער האט אנערקענט אומעטום,
אז השם הוא האלוקים.

דאס ווייסן מיר גרויסע און קליינע,
ס'איז דא נאר איין גאט.
שמע ישראל השם אלוקינו,
אלוקינו השם אחד.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection