Download PDF

א גוטע ניגון

יונתן שווארץ

Original Track

א גוטע ניגוןיונתן שווארץ8:26

לחן: ר' הלל פלאי | מילים: ר' יונתן שווארץ | א גוטע ניגון (תש"ס)

זיצט זיך א אידעלע און ער זינגט זיך א ליד,
צי ווייסט ער, וואס עס קען אויפטון א ניגון פון א איד.
ווען א איד זינגט א ניגון קען עס דערגרייכן זייער הויך,
א אידישע ניגון האט א געוואלדיגן כח.

א ניגון קען ברענגען שמחה גילה און רינה,
א ניגון קען ברענגען בטחון און אמונה.
א ניגון קען ברענגען דביקות לבורא יתברך שמו,
איז שירו לו זמרו לו.

יעקב אבינו זיצט זיך פאר'צער'ט אינדערהיים,
ער וויל זיך נישט טרייסטן, וַיְמָאֵן לְהִתְנַחֵם.
ביז סרח בת אשר, האט גענומען איר פידעלע,
פאר יעקב אבינו געזונגען א לידעלע.

עוד יוסף חי, טוט זי אונטערברימען,
זיין רוח הקודש האט ער צוריקבאקומען.
און ווייל זי האט געזונגען פאר יעקב אבינו, אונזער זיידן,
זינגט זי ווייטער אויבן אין גן עדן.

און בקרוב אין בית המקדש דארטן ושם נשיר,
מיט משה רבינו וועלן מיר זינגען אז ישיר.
ווען משיח וועט קומען וועלן מיר זינגען אלע אויפאמאל,
אז ישיר משה ובני ישראל.

משה רבינו נעמט אלע אידעלעך צוזאם,
זיי זעען די ניסים, ווען מ'שפאלט פאר זיי דעם ים.
זיי זעען דעם אויבערשטנ'ס האנט
איז אזוי שטארק און אזוי גרויס,
זיי זינגען את השירה הזאת.

און אלע פרויען גייען מיט מרים הנביאה,
זיי זעען דעם יד חזקה, דעם זרוע הנטויה.
זיי זעען די מצריים זינקען אריין טיף אין תהום,
זיי זינגען שירה על שפת הים.

און בזמן שבית המקדש היה קיים,
ווען א איד האט געברענגט א קרבן קיין ירושלים.
די לויים האבן זיך מיט זייערע טענער
גענומען צו ברימען,
זיי האבן דעם מענטש דאס הארץ צענומען.

ביי די טיר פון די עזרה
זענען זיי געשטאנען ווי שומרים,
יעדן טאג א ניגון, שיר שהלויים היו אומרים.
ווען משיח וועט קומען, וועלן זיי ווייטער זינגען אזוי,
מזמור שיר לעתיד לבא.

און בקרוב אין בית המקדש דארטן ושם נשיר,
מיט משה רבינו וועלן מיר זינגען אז ישיר.
ווען משיח וועט קומען וועלן מיר זינגען אלע אויפאמאל,
אז ישיר משה ובני ישראל.

אין קעניג'ס פאלאץ, אינמיטן די נאכט פונקט,
זיצט זיך דער קעניג דוד המלך און ער זינגט.
דער געטרייער פאסטוכער, זינגט ניגונים,
פארן בורא'ס כבוד,
למנצח מזמור לדוד.

די זעלבע ניגונים זינגען מיר דור אחר דור,
די קאפיטלעך תהלים באגלייט אונז אין גלות הַמַר.
פון דעם הייליגן תהלימ'ל
וועלן מיר זיך קיינמאל נישט שיידן,
סיי אין צרות, סיי אין פריידן.

דער הייליגער חתם סופר
פלעגט צו זאגן אין זיין לעבן,
העלפט פון זיין תורה וואלט ער אוועקגעגעבן.
ווער ס'וואלט אים געגעבן פון כח הנגינה,
אפילו א חלק,
געט ער העלפט פון זיין תורה וואס איז אזוי הייליג.

פון צדיקים זאגט מען נאך אזוי שיין און וואונדערליך,
זינגען זמירות איז א סגולה אויף ערליכע קינדערלעך.
צו זינגען זמירות פאר דעם מלך חי וקים,
איז א סגולה אויף קינדער יראי שמים.

מיליאנען אידן זענען געפארן אויף די באנען,
זיי ווייסן אז מען פירט זיי נעבעך אין די פלאמען.
דאך האבן זיי געזונגען אלע אידן צוזאמען,
איך גלייב אין בורא, אני מאמין.

אז בקרוב אין בית המקדש דארטן ושם נשיר,
מיט משה רבינו וועלן מיר זינגען אז ישיר.
ווען משיח וועט קומען וועלן מיר זינגען אלע אויפאמאל,
אז ישיר משה ובני ישראל.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection