Download PDF

בערל

מאטי אילאוויטש

Original Track

בערלמאטי אילאוויטש4:52

Cover Tracks

S0502 - בערל - מאטי אילאוויטש

ער וויל זיין א גוטער מאן,
ער זאגט דעם ווייב, איך האב א פלאן,
איך ווייס ס'איז ערב שבת,
און דו האסט נאך אזויפיל וואס צו טון.
ארויסהעלפן דיר איך גיי,
איך וועל גיין אין גראסעריי,
און איך וועל אויכעט מיטנעמען אונזער פינף יעריג זון.

ווי נאר ער זעצט זיך אריין אין קאר,
הייבט זיך אן די פיין און צער,
דאס קינד שרייט,
איך וויל נישט גיין נאר אויב מאמי קומט.
ער זעצט זיך אראפ, ער שטעלט זיך אויף,
די פענסטער אראפ, די פענסטער ארויף,
איך דארף צו עסן, צינד אן מוזיק,
דורכאויס דעם גאנצן וועג ער ברומט.

דער טאטע טוט די ליפן קייען,
דער טאטע וויל זיך נעמען שרייען,
מיין טייער קינד, וואס געסטו אזא איבערקערל.
צום קינד ער געט זיך א דריי ארום,
און שטילערהייט געט ער א ברום,
איך בעט דיך, האלט דיך רואיג, בערל.

ענדליך אין געשעפט מען שטייט,
ס'איז ערב שבת, איבערגעדרייט,
שעפעלע כאפ אן מיין האנט,
דו זאלסט זיך נישט פארלירן.
דאס יונגל אבער ווי א קעגנער,
נעמט זיך לויפן צו די וועגענער,
טאטי, לאמיר נעמען א וואגן, און איך וויל עס פירן.

נאך איידער דער טאטע א ווארט ער געבט,
דאס קינד א וואגן ער שטופט און שלעפט,
זעצט אריין אין קונים,
יעדער שרייט, קוק וואו דו גייסט.
עס הייבן אן פליען זאכן,
זעקלעך טראסקען, פלעשלעך קראכן,
און דער טאטע קען קוים ווארטן צו ווערן אויסגעלייזט.

דער טאטע טוט די ליפן קייען,
דער טאטע וויל זיך נעמען שרייען,
מיין טייער קינד, וואס מאכסטו מיר דאס לעבן אזוי שווערל.
צום קינד ער געט זיך א דריי ארום,
און שטילערהייט געט ער א ברום,
אוי, איך בעט דיך, האלט דיך רואיג, בערל.

ביים באצאלן אט מען האלט,
פלוצלינג, עודך א געוואלד,
דאס קינד ער באמערקט די אפטיילונג פון די ממתקים.
מיט קולות געט ער א שריי,
מ'דארף נאך קויפן נאשעריי,
דער טאטע פרובירט אים בארואיגן מיט דברים רכים.

דאס קינד ווארפט זיך אויף דער ערד,
דאס געשעפט ווערט איבערגעקערט,
אפילו דער בעל הבית אליין קומט אהין צו לויפן.
דער טאטע געט זיך א קוק ארום,
צענדליגע אויגן פון אומעטום,
און טראכט צו זיך, איך מיין אז איך קען שוין נישט מער דא קומען קויפן.

דער טאטע טוט די ליפן קייען,
דער טאטע וויל זיך נעמען שרייען,
מיין טייער קינד, איך בעט דיך מיט א טרערל.
צום קינד ער געט זיך א דריי ארום,
און אונטער די ציין געט ער א ברום,
נו, איך בעט דיך, האלט דיך רואיג, בערל.

ער האלט שוין אויפן וועג ארויס,
שפירט א קלאפ, ער דרייט זיך אויס,
א פרעמדער מענטש זאגט אים,
ר' איד, איך שטוין מיט וואונדער.
איך האב מיטגעהאלטן און געזען,
אלעס וואס דא איז געשען,
זאגטס מיר, וואו נעמט מען אזא געדולד צו די קינדער.

דעם קלארן אמת איך זאג דיר באלד,
איך וואלט מיך נישט איינגעהאלט,
בלויז אייך באטראכטן,
ביי מיר אין קאפ ארויף די בלוט איז.
איר בייגט זיך צו אזוי כנהוג,
בערל האלט דיך רואיג,
ר' איד, איך מוז אייך זאגן, איך ווייס נישט וויאזוי איר טוט עס.

דער טאטע טוט די ליפן קייען,
און א שמייכעלע טוט זיך באנייען,
ניין, מיין פריינט, לאמיר דיך געבן אן ערקלערל.
צום קינד ער געט זיך א דריי ארום,
און שטילערהייט געט ער א ברום,
מיין קינד הייסט חיים, 'איך' הייס בערל.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection