הבל הבלים
יונתן שווארץ
Original Track
אין כל חדש, הבל הבלים,
די גאנצע וועלט איז נאר א חלום,
דברים בטלים ומבוטלים.
די נייע וועלט אזוי מאדערן,
נאר דאגות צו פארמערן,
דעם ישוב הדעת צו צעשטערן.
אמאליגע צייטן, מ'וויל ערגעץ פארן,
מ'דארף נישט קיין סאך געלט שפארן,
מ'זעצט זיך ארויף אויפן וואגן.
אן קיין הכנות, גאנצע טעג,
איינס צוויי, מ'איז אויפן וועג,
די פערד וועט דיך איבעראל טראגן.
אין די נייע מאדערנע וועלט,
אלע מאשינען צוגעשטעלט,
אבער דאך, וואס קען מען טאן.
די צייט ווערט ענגער,
די וועגן נעמען לענגער,
און מ'קומט אין ערגעץ נישט אן.
א מאשין האט איעדער,
די גאנצע וועלט פארט אויף רעדער,
יעדן טאג פארצושטעלן,
נייע מאשינען, נייע מאדעלן,
אין די לופט, אין די ים, אין די יבשה.
מ'גרייט זיך, גרייט זיך אן א שיעור,
גאנצע וואכן שפעטער, פריער,
אוי איז דאס א שווערע נסיעה,
מ'איז אויסגעמוטשעט, מיט א יגיעה,
מִקוֹצֶר רוּחַ וְעֲבוֹדָה קָשָׁה.
ווייל הבל הבלים,
אלעס איז א חלום,
דברים בטלים ומבוטלים.
די וועלט אזוי מאדערן,
נאר דאגות צו פארמערן,
דעם ישוב הדעת צו צעשטערן.
האסט עפעס געוואלט אמאל פון איינעם,
שרייבט מען אים א בריוו א שיינעם,
דער פאסט-טרעגער געט עס א שיק.
מענטשן פירן משא ומתן,
מ'האלט זיך נאנט פונדערווייטן,
מ'שרייבט זיך אהין און צוריק.
ווילסט איינעם כאפן היינט,
קענסטו ממש טאפן א וואנט,
עצות איז דא אין די מיליאנען.
מ'גייט אראפ פון זינען,
צענדליגער מאשינען,
יעדער האט זיך צען טעלעפאנען.
דו רופסט א מענטש אינדערהיים,
א מאשין ענטפערט שיין,
ער זאגט דיר דארט א גאנצן סיפור.
טאמער ס'איז זייער וויכטיג,
שרייב אראפ א נומער ריכטיג,
פון מיין קאר, אדער פון מיין ביפער.
דו קלינגסט דעם נייעם נומער גלייך,
ס'חזר'ט זיך איבער די זעלבע זאך,
רעדן קענסטו נאר צו מאשינען.
קנעפלעך האלט מען אין איין דרוקן,
פעקסן האלט מען אין איין שיקן,
קיין נפש חיה קענסטו נישט געפינען.
ווייל הבל הבלים,
אלעס איז א חלום,
דברים בטלים ומבוטלים.
די וועלט אזוי מאדערן,
נאר דאגות צו פארמערן,
דעם ישוב הדעת צו צעשטערן.
א באלעבאסטע האט אמאל געקענט,
מיט אירע צוויי געשיקטע הענט,
קאכן, באקן, וואשן און ווישן.
זי האט זיך אויך געקענט אנשטרענגען,
גיין צום ברונעם וואסער ברענגען,
און אלעס שיין איינרישן.
מה יפית ומה נעמת,
אלעס היימיש און בא'טעמ'ט,
צו אלעמען האט מען געדולד געהאט.
אפצוגעבן מיט די קינדער,
מיט יעדן באזונדער,
צום תהלימ'ל איז אויך געוועזן צייט.
היינט א וועלט גאר א נייע,
ממש, ממש א מחיה,
מ'קען שוין גארנישט האלטן מח.
א טעלעפאן קען דיר אלעס קויפן,
מ'דארף אין קיין געשעפט נישט לויפן,
פארוואס איז מער נישט דא קיין כח.
היינט א שטוב אזוי באלעבאטיש,
אלעס פירט זיך אויטאמאטיש,
ס'קוקט אויס פונקט ווי א פאבריק.
דאס ביסל ארבעט וואס בלייבט איבער,
קומט א גוי'טע אויף דעם אריבער,
און צו קינדער ווער האט צייט גענוג.
ווייל הבל הבלים,
אלעס איז א חלום,
דברים בטלים ומבוטלים.
די וועלט אזוי מאדערן,
נאר דאגות צו פארמערן,
דעם ישוב הדעת צו צעשטערן.
אין כל חדש טו געדענקען,
מן השמים טוט מען שענקען,
יעדן טאג א פרישע טעכנאלאגיע.
אבער דו האב אינזינען,
מצוות טו מיט די מאשינען,
נוץ עס אויס מיט א ריכטיגע אידיאלאגיע.
ביסט אין קאר אונטערוועגן,
א איד קומט אנטקעגן,
וְהִתְעַלַמְתָּ מִמֶנוּ, איז דאך אסור.
רעכן זיך מיט אן אנדערן,
פארוואס זאל יענער וואנדערן,
ס'איז זֶה נֶהֱנֶה וְזֶה לֹא חָסֵר.
מיטן טעלעפאן א מצוה גדולה,
רוף אמאל אן א חולה,
זיי דיך אויך פאר יענעם מטריח.
וואס דו ווילסט פאר דיר טון,
האב א צווייטן אויך אינזין,
טראכט נישט נאר פון זיך.
ווייל הבל הבלים,
אלעס איז א חלום,
דברים בטלים ומבוטלים.
די וועלט אזוי מאדערן,
נאר דאגות צו פארמערן,
דעם ישוב הדעת צו צעשטערן.
