Download PDF

וויליאמסבורג

יום טוב עהרליך

Original Track

וויליאמסבורגיום טוב עהרליך

Cover Tracks

S0506 - וויליאמסבורג - יום טוב עהרליך

לחן ומילים: ר' יום טוב עהרליך (תשט"ו) | א עהרליכע ליד - לוי פאלקאוויטש (תשפ"ד)

אין וויליאמסבורגער גאסן,
ווען איר גייט ארויס ווי עס הייבט אן טאגן,
און איר נעמט באטראכטן איר פון ווייטן.
זעט איר אידן גיין אין שטריימלעך,
ציצית, בערד מיט ווייסע זאקן,
און די פיאות הענגען ביי די זייטן.

גייען פרויען טראגן סחורות,
פיש מיט מילך און ברויט מיט פירות,
אלע אין די שייטלען און פארוקן.
זיי לויפן דורך די גאס באשיידן,
מיט קיינעם ווילן זיי נישט ריידן,
און אויף קיינעם ווילן זיי נישט קוקן.

אין יעדער גאס א תלמוד תורה,
זיצן קינדער לערנען תורה,
און ישיבות פיל פארהאן איז דארטן.
פון איינעם הערט מען 'הַמַנִיחַ',
און דער צווייטער 'השולח',
און דער דריטער שרייט מען 'הַכֹּל שׁוֹחֲטִין'.

און די טאטעס פון בעגינען,
לויפן מענטשן געלט פארדינען,
אלע אפגעדאוונט א מחיה.
פארקויפט מען פלייש, פארריכט מען טישן,
און פון צייט צו צייט צווישן,
כאפט מען זיך א קוק אין א משניות.

פארהאן אין וויליאמסבורג א דאקטער,
וואס א טלית קטן טראגט ער,
און א לויערקע א אשה כשרה.
פארט א טעקסי, מחותנים,
ראשי ישיבות מיט רבנים,
און דער דרייווער רעדט מיט זיי אין תורה.

צו וועלכער איד איר וועט אריינגיין,
וועט ער עסן אייך דערלאנגען,
און וועט מיט אייך מאכן א לחיים.
ווילט איר האבן עולם הבא,
פאלגט דעם איד און בלייבט אויף שבת,
וועט איר מיינען, עס איז ירושלים.

איי, וויליאמסבורג, א מחיה גאר,
זיי וואוינען דארטן פיינע אידן, אויף מיר אזא יאר.
אוי, וויליאמסבורג, ס’איז גאר א נייע וועלט,
מען לערנט תורה, מען דאנקט דעם בורא, אין יעדן געצעלט.

אוי, אוי, אוי, אוי, אוי,
פון דעם רבינ'ס הויז, א טומל גייט ארויס,
עס טאנצן חסידים א ליהודים, הויבן זיך דורכאויס.

אוי, אוי, אוי, אוי, אוי,
ארום לאנגן טיש, הויבן זיך די פיס,
אויסגעצויגן, אויסגעבויגן, לעבעדיג און פריש.
איי, וויליאמסבורג,
זי האט קיין גלייכן נישט.

ס’איז מים חיים, ירושלים,
פון דעם גלות איד.
וויליאמסבורג,
א מזוזה אויפן טיר,
ס’איז פול מיט שירה, פול מיט יראה,
א געזונט אויף איר.

פרייטאג באלד נאכמיטאג,
ווערט אין וויליאמסבורג פארמאכט די געשעפטן,
שנעל עס לויפן אין די הייזער אלע.
מען פוצט זיך אויס, מען וואשט זיך אויס, מען נעמט זיך אן מיט נייע קרעפטן,
אויפן טיש עס שטייט שוין וויין מיט חלה.

דער מאן ער גייט אוועק אין שול,
די פרוי זי נעמט דעם קרבן מנחה,
זאגט צום ערשט די שבת’דיגע תחינה.
דער מאן ער קומט צו גיין פון שול,
די פרוי באגעגנט אים מיט שמחה,
און אויף זייער קאפ עס רוט די שכינה.

אין דער מקוה, פון בעגינען,
קען מען אידן שוין געפינען,
עס דאכט זיך אז זיי זיצן דארט כסדר.
איינער האלט זיך אין איין וואשן,
איינער האלט זיך אין איין ווישן,
און איינער שטענדיג זוכט ארום די קליידער.

און פון דער מקוה נעמט מען לויפן,
דורך די גאסן, דורך די הויפן,
פון די מאנטלען שטעקן די טליתים.
און יעדער איינער לויפט צום רבי'ן,
און טוט אויף אים אכטונג געבן,
און ער פירט זיך ווי דער רבי הייסט אים.

יעדער רבי איז א וואונדער,
יעדער האט זיין וועג באזונדער,
ווי מען דינט דעם טאטן בשמַים.
און ווען איינער מאכט שוין קידוש,
זאגט דער צווייטער א חידוש,
זינגט דער דריטער שוין א מארש א נייעם.

ביים קלויזנבורגער פאלן טרערן,
און טיפע קרעכצן ביי דעם סקווערן,
און די סטאלינער חסידים שרייען.
ביים סאטמארן נישט אנגעפאנגען,
מען איז אין מקוה ערשט געגאנגען,
ביי די וויזשניצער טרינקט מען שוין לחיים.

איי, וויליאמסבורג,
אין תורה ודעת,
אויבן לערנען קליינע קינדער, אונטן חברה ש”ס.
אוי, וויליאמסבורג,
ווינער יונגעלייט,
גייען רואיג דאווענען מנחה, קומען פונקט אין צייט.

אוי, אוי, אוי, אוי, אוי,
ביי מיר, און בעלז, און גער,
פאפא, צעהלימער,
און תלמידות פון בית יעקב, וואו מען גיט א קער.
אוי, אוי, אוי, אוי, אוי,
באסעס פארן שווער, פירן מיליטער,
קינדערלעך אין די ישיבות, פירן הין און הער.

איי, וויליאמסבורג,
זי איז נישט אליין,
פאראן ביי אונז נאך ווינקעלעך,
וואס זענען אזוי שיין.
וויליאמסבורג,
דער עיקר נאר איין זאך,
מען זאל האבן אידיש נחת פון די קינדערלאך.

Seudenyu

Stream original Jewish songs and covers from the Seudenyu Zemiros Collection